יוֹנָה מָצְאָה’ס פּענע שפּריצט מיט ליטעראַרישער געניאַליטעט שוין זינט כּיתה ד’ ווען דער מלמד האָט אים באַפוילן אָפּצושרייבן הונדערט פופציג מאָל דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה. יוֹנָה’ס צעשמיסענע מחילה האָט נאָך געצופּט און געפיבערט פון מלמד’ס פּאַסיק, אָבער די מוֹח־קעמערלעך זיינע האָבן זיך שוין געאַמפּערט מיט אַן ערגאָנאָמישער חקירה: היכי דמי דער אידעאַלער שרייבן־מעטאָד, האָריזאָנטאַל אָדער ווערטיקאַל? האָריזאָנטאַל טייטשט שרייבן שורה־ווייז, אַרויפקלעבן אויפן פּאַפּיר א גאַנצן דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה אויפאַמאָל, וחוֹזר חלילה, נאָך הונדערט ניין־און־פערציג מאָל. ווערטיקאַל טייטשט שרייבן גרופּע־ווייז, באַלד צעטיילן דעם דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה אויף פיר מחנוֹת, אַראָפּקריכן ערשט מיטן דֶּרֶךְ, אויסשיטן הונדערט פופציג שטיק, דאַן אויסשיטן עטליכע פּעק אֶרֶץ, און אַזוי ווייטער, ביז ס’שיילט זיך אַרויס אויפן בלעטל א דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה א מאָל הונדערט פופציג.
יוֹנָה מָצְאָה, איבריג צו באַטאָנען, האָט פון קיין מאַטעמאַטישער סיסטעם וואָס זאָל העלפן לעזן אָט די פילאָסאָפישע דילעמע נאָכנישט געוואוסט, ווייל מסכת סוכּה האָט ער געלערנט ערשט אין כּיתה ז’. במקל ובתרמיל האָט ער זיך דערפאַר אַרויסגעלאָזט אויף אַן עקספּערימענטאַלער עקספּעדיציע — לאַנגע יאָרן האָט ער זיך געפלייסט אין דער לאַבאָראַטאָריע איבער די שווערע בינטלעך פּסוקים און אידיאָמען וואָס מלמדים האָבן אַרויפגעצוואונגען כּגיגית. ער האָט אין זיין געיעג צו אַנטדעקן דעם אמת איינגעשפּאַנט כלערליי אומקאָנווענציאָנעלע און אַזש רעוואָלוציאָנערישע מעכאַניזמען. ער האָט געשריבן און געטינטלט אין א געמיש פון האָריזאָנטאַל, ווערטיקאַל, דיאַגאָנאַל, און אפילו קריפּטאָגראַפיש איבער פּינטל־דיאַגראַמען. ער האָט יעדן אוֹת באַזונדער אַרויפגעשטעלט אויף דער וואָגשאָל — יוֹנָה’ס מאָדוס אָפּעראַנדי נאָך עד היוֹם הזה.
יוֹנָה’ס הויכע סטאַנדאַרטן פאַרלאַנגען מער ווי בלויז זיפּן די מעל און באַקוקן די אייער. כְּבַקָרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ פירט ער דורך באַזונדער יעדן באַשטאַנדטייל פון זיין ווערק אונטערן מיקראָסקאָפּ. א שטרענגע פאַראָרדענונג לויערט אויף יעדן איינציגן פּינטל וואָס שטעלט זיך אין דער שורה אויף א פּראָבע: שַׁל נְעָלֶיךָ מֵעַל רַגְלֶיךָ, ליידיג אויס די קעשענעס, שמייס אַריין ס’האָב־און־גוטס אין א גראָדעקיגן לעוואָר, און גליווער אַראָפּ דאָס וועזן אין א גראָבן מעטאַל־דעטעקטאָר מיט די הענט אויסגעצויגן אין דער הייך ווי א קרייץ. יוֹנָה שטורעמט דאָרט אַריין מיט הענטשקעס, א פּאָרטאַטיוו־דעטעקטאָר, און אַן אַטיטוד — באַטאַפּעוועט, שיקאַנירט, און באַלעסטיגט מכּף רגל ועד קוֹדקוֹד.
יוֹנָה מָצְאָה איז היינט־צו־טאָגס “אָפּענלי אויבער־חכם” — א שטאָלצער מיטגליד און וואָרטזאָגער פון דער מאַרגינאַליזירטער אויבער־חכם קאָמיוניטי. יוֹנָה האָט פאַר לאַנגע יאָרן אפילו נישט געוואוסט אַז ער איז אַן אויבער־חכם. ער האָט אָבער פון קינדווייז אָן געשפּירט אַז ער פאַרשטייט בעסער ווי זיינע עלטערן, מלמדים, מנהלים, מגידי שיעור, און מחנכים. ער האָט אויך תּמיד געהאַלטן אַז ער וועט דווקא נישט קומען שפּעטער וויינען און בעטן, כאָטש וואָס ס’וועט שוין שטאַרק מעגליך זיין צו שפּעט. יוֹנָה האָט זיך אָנגעגאַרטלט מיט קוראַזש און אַרויסגעשפּרונגען פון קלאַזעט שוין צוריק מיט א יאָרצענדליג. ליידער אָבער איז ער נאָך אַלץ געצוואונגען זיך צו פאַרטיידיגן טעגליך קעגן אַן אָנגרייף פון סיסטעמישער דיסקרימינאַציע, אַלץ צוליב’ן חטא פון געבוירן ווערן מיט א חכמה־אָריענטאַציע וואָס נייגט אַביסל אָפּ פון דער טראַדיציאָנעלער גאַטונג. ער דאַרף שפּענדן זיינע טעג און וואָכן מיטן פאַרדאַמען און אָפּשלאָגן פונדאָסניי די פּעיאָראַטיווע סלאָגאַנען און גרויליגע, טיף־איינגעוואָרצלטע סטערעאָטיפּן אַסאָציאירט מיט דער אויבער־חכם דעמאָגראַפיק. ביישפּיל: ניין, יוֹנָה און זיין קליקע אויבער־חכמים וועלן אויסדריקליך נישט אַראָפּטאַנצן פון פענצטער/דאַך בלויז ווייל א שמויגער וועמען זיי האָבן באַשלאָסן צו פאָלגן אין א ספּעציפישן הינזיכט האָט אויך געהייסן טאַנצן פון פענצטער/דאַך.
די אַוואָרד־ווינינג “חדר וועלט” און ”מידוֹת וועלט“ סעריעס האָבן געשפּילט אַן אינטעגראַלע ראָלע אין אַריינבלאָזן יוֹנָה’ס ערשטע אַרטיסטישע פּולסן. שלמה’לע איז יוֹנָה’ס באַליבסטער כאַראַקטער. יוֹנָה פאָרכט זיך עד היוֹם פון אָפּכיפּערן א בּוֹרֵא פְּרִי הָעֵץ.
ווען יוֹנָה שרייבט נישט דאַן הויערט ער געווענליך מיט א פּעקל פּאַפּיטעס אינעם הייסן מקווה־בוֹר. ער שפּייט אַריין ס’שאָלעכץ אין וואַרעמען בוֹר, און האַלט א נאַקעטן עוֹלם געשפּאַנט מיט טיפזיניגע אַנאַליזן איבער די ווילדע אייער־פלוקטואַציעס, האָנטער’ס לאַפּטאָפּ, און די אומלעגאַלע יאָרצייט־סעודוֹת פאַר ר’ שייעלע’ן וועלכע ווערן אָפּגעראָכטן דורך א קאַבאַל פון היימישע גבירים, מאַפיאָנערן, און קאַניבאַלן אויף א געהיימען אינדזל ערגעצוואו אינעם ברוינעם ים.
יוֹנָה’ס נשמה פלאַקערט מיט א חיבה־יתירה צו דער אידישער שפּראַך, אירע פאַרפלאָכטנקייטן, און אירע פּיטשעווקעס. ער וועט אָבער קיין ווייסע פאָן צו גאָרנישט הייבן אַזוי שנעל ווי אויב הערט ער אַז “מעלוֹת” האָט געזאָגט. יוֹנָה אַנערקענט אַז “מעלוֹת” איז דער פּאַראַגאָן פון לינגוויסטישער אויסגעצייכנטקייט און פאַרמאָגט שפּיץ־אויטאָריטעט ווען ס’קומט צו דיקטירן די אידישע שפּראַך און אירע כּללים. דער אָפּפאַל פון “מעלוֹת” איז אַזש ווערט מער ווי אַלע גאָלד און זילבער פון אַקאַדעמיע און ליטעראַטור.