מנחם באמבאך.

א שטאלצער מאה שערימ'ער מיט אקאדעמישע דערגרייכונגען. א פיאנער און מחנך. אן עסקן און א מנהיג. זעלבסשטענדיג אבער באשיידן, שעפעריש און געלאסן, אויסגעשפראכן אבער שטיל און איידל: די פילפארביגע פערזענליכקייט פון רבי מנחם בומבאך שליט"א - מייסד ונשיא רשת החינוך "נצח" וראש ישיבת המדרשה החסידית

הרי אני כבן ארבעים שנה:

די אומגלויבליכע רעזומע פון רבי מנחם בומבאך

דער שטענדיגער שמייכל און איידעלער כאראקטער פון רבי מנחם בומבאך ביים ערשטן באגעגעניש קען מאכן פארגעסן דעם פאקט אז עס האנדלט זיך פון א מענטש מיט א גאר שטייפן כאראקטער און סאלידן רוקן-ביין. ער איז איינער וואס צאלט א פרייז פאר זיינע פרינציפן און טרעט אויס א וועג וואס ווייניג האבן באוויזן אויסצוטרעטן פאר אים. א מענטש וועלכער איז אויסגעשטאנען - און שטייט אויס - רדיפות און פארפאלגונגען, אבער עס רירט אים נישט קיין טפח פון זיין מיסיע און פון זיינע אומאויפהערליכע פעולות וועלכע נעמען ארום גאנץ ארץ ישראל, און דינען אלס ביישפיל פאר פיל מנהיגים בכל תפוצות ישראל.

דער יונגער פנים פון ר’ מנחם דערמאנט אז ער איז טאקע נאך אין א רעלאטיוו-יונגן עלטער פון עטליכע און 40 יאר, אבער זיין רעזומע פון דערגרייכונגען איז פשוט אומגלויבליך: אנגעהויבן פון א בליענדער קאריערע פון חינוך און קירוב רחוקים מיט יוגנט פון מזרח אייראפע אין מגדל העמק, צוויי אקאדעמישע דעגריס פון היברו אוניווערסיטעט, גרינדער פון דער ‘מכינה לחרדים’ אקאדעמיע אין היברו אוניווערסיטעט, גרינדער און ראש ישיבה פון ‘המדרשה החסידית’ אין ביתר עילית, גרינדער און נשיא פון דער חינוך-נעץ ‘נצח’, מיטגליד אין דער נאציאנאלער קאמיסיע פאר חינוך אין טעכנאלאגיע אין מדינת ישראל, און נאך א טוץ פון דערגרייכונגען און טיטלען.

וואלט איר אוודאי זיך פארגעשטעלט א געשטאלט און כאראקטער פון א ‘בולדאזער’, א מענטש וועלכער זעט אויס ווי א רוח האט אים באטראפן. אבער א באגעגעניש מיט רבי מנחם איז א לימוד אינעם כלל פון ‘לא בחיל ולא בכוח כי אם ברוחי’ - זיין שטארקייט איז אן אינערליכע און זיין כאריזמע נעמט זיך פון זיין פנימיות’דיגן ברען. אויסערליך איז ער אן איידעלער און געלאסענער מענטש וועלכער נעמט זיינע כוחות פון זיין אינערליכער שטארקייט און השקפה’דיגער זיכערקייט - ער גלייבט אין זיין מיסיע און איז איבערצייגט אין זיין שליחות. ער רעדט רואיג און געמאסטן, זיינע ענטפערס זענען שארף, און מען זעט אז ער האט אן אויסגעארבעטע ‘משנה סדורה’ וועלכע שטייט אים פאר די אויגן און דירעקטירט אלע זיינע פעולות.

Image of Menachem Bombach
הרב מנחם בומבאך

”אלעס וואס איך טו איז ווייל איך וויל אז אונזער לעבנסשטייגער זאל האבן א קיום”

ווען אימער עס קומט ארויף אויפ’ן סדר היום א דעבאטע איבער סיסטעמאטישע שינויים וועלכע פאדערן זיך אין אונזער געזעלשאפט, ספעציעל ווען עס קומט צו חינוך, הערט מען די זעלבע טענה פון די עומדים על המשמר און פונדאמענטאלע קנאים: אז די אלע וואס פאדערן שינויים און די וועלכע פארנעמען זיך דערמיט זענען ‘דרויסנדיגע’ - אזעלכע וועלכע זענען נישט קיין טייל פון אונזער ציבור, און קענען דעריבער נישט אריינרעדן וואס אנבאלאנגט אונזער קאלעקטיווער עתיד.

אפגעזען צי די טענה איז ריכטיג (עס איז מעגליך אז צומאל האבן מענטשן וועלכע האבן פארלאזט א בעסערע פערספעקטיוו) ליגט אבער א געוויסער אמת אין דעם מציאות אז זייער אסאך פון די וועלכע זענען וויליג צו עפנטליך אדרעסירן די ערנסטע און פונדאמענטאלע פראבלעמען אויפ’ן סדר היום פונעם היימישן ציבור, זענען אזעלכע וועלכע האבן נישט קיין סאך צו פארלירן. צי זענען דאס אזעלכע וואס האבן פארלאזט דעם היימישן לעבנסשטייגער אדער אזעלכע וועלכע האבן גענייגט זייער געצעלט בשולי המחנה און זענען וויליג צו מקריב זיין זייער סאציאלן סטאטוס צו עפנטליך קריטיקירן דעם “סיסטעם”.

גאר זעלטן מאכט זיך אז אזעלכע וועלכע פירן א פולן חרדישן לעבנסשטייגער, און זענען ‘מסלתה ומשמנה’ פונעם יהדות החרדית, זאלן זיין וויליג צו אפנויגן פון די קאנפארמיסטישע ליניעס און שרייען אז דער קייסער איז נאקעט און טייטלען אויף פונדאמענטאלע פראבלעמען וועלכע מוזן אדרעסירט ווערן. נאך ווייניגער זענען די וועלכע באגנוגענען זיך נישט מיט רעטאריק, נאר טוען למעשה און נעמען אונטער פראיעקטן טראץ קעגנערשאפט פון דער ‘מעינסטרים’ הנהגה, מיט א טיפער איבערצייגונג אין דער וויכטיגקייט פון זייערע פעולות.

עס איז נישט קיין גוזמא צו זאגן אז רבי מנחם בומבאך איז אין דעם הינזיכט כמעט א ‘יחיד בדורו’ - און מעגליך א היסטארישער פיגור וועלכער וועט פארצייכנט ווערן אין היסטאריע אלס א דרייסטער מנהיג וועלכער האט געמאכט אלס זיין לעבנס מיסיע צו אויסטרעטן א נייעם וועג פאר חרדישע יוגנטליכע אינעם 21סטן יאר-הונדערט. און ער האט זיך נישט אפגעשראקן פון קריטיק, רדיפות, מינדליכע און פיזישע אנגרייפונגען, ווען עס איז געקומען צו גיין מיט זיין אמת.

ווען מיר רעדן מיט רבי מנחם שטעלט זיך ארויס אז ער זעלבסט באטראכט זיך נישט אלס איינער וועלכער זוכט צו מאדערניזירן אדער טוישן די חרדישע וועלט, פארקערט גאר, ער באצייכנט זיך אלס א פולשטענדיגער חרדישער און חסידישער איד מיט’ן גאנצן ברען. אבער ער גלייבט מיט דעם זעלבן אייפער און ברען אז עס פאדערט זיך א לעזונג פאר די יוגנטליכע וועלכע ווילן אויסקלויבן א לעבן וועלכע איז משלב תורה עם דרך ארץ, אדער אזעלכע וועלכע ווילן זיך אנשליסן אין דער ציווילער געזעלשאפט.

עס איז שווער צו טראכטן אין אונזער דור פון פיל וועלכע האבן געטון אזויפיל ווי רבי מנחם צו ברענגען א מהפכה אין חינוך. מיט אומגלויבליכער אנטשלאסנקייט און גבורה האט ער באוויזן צו צייגן א מאדעל פון א רעפארמיסט וועלכער איז אומבויגזאם מיט זיינע פרינציפן און גרייט צו צאלן דערפאר א פרייז. אין א שמועס מיט זיינס א ידיד באצייכנט ער רבי מנחם אלס “א מענטש וועלכער איז באמת א חסידישער איד מיט אלע רמ”ח איברים און אין דער זעלבער צייט א רענאסאנס מענטש…”

אונזער היימישער ציבור – מיט אונזערע געוואלדיגע מעלות און חסרונות - האט געבויט א גלאבאלן סיסטעם פון סאלידאריטעט וועלכער מאכט גאר שווער פאר מענטשן צו עפנטליך אדרעסירן פונדאמענטאלע פראבלעמען וועלכע פלאגן אונז. ספעציעל ווען עס קומט צו חינוך – א נושא וועלכער איז סענסיטיוו און טאַבו – און טראץ וואס עס איז כמעט א קאנצענזוס אז עס פאדערט זיך א תיקון, הערט זיך אפט די טענה אז עס איז נישטא קיין סאך צו טון, און אז יעדער טויש וועט עווענטועל פירן צו א טיפן יסודות’דיגן טויש אין אונזער לעבנסשטייגער - וואס דאס איז עפעס וואס מיר ווילן לכאורה נישט.

רבי מנחם בומבאך און זיין ישיבה קענען דינען אלס באווייז אז די צוויי קענען לעבן בכפיפה אחת – א הויכע קוואליטעט חינוך צוזאמען מיט א חסידישן ברען. אין יאר תשס”ג האט רבי מנחם געגרינדעט א ישיבה וועלכע רופט זיך ‘המדרשה החסידית’. דער נאמען אליין צייגט אויפ’ן פאראדאקס, נעמליך, א ‘מדרשה’ וואו מען לייגט א דגוש אויף אלגעמיינע לימודים, אבער אויך א מוסד מיט א חסידישן גייסט און ברען. ווען מיר פרעגן ר’ מנחם אויב ער האלט אז ער ברענגט אריין ‘רעפארמען’ אינעם היימישן ציבור זאגט ער, “פארקערט, איך באטראכט מיך אלס איינער וועלכער האט ליב אונזער לעבנסשטייגער און איך גלייב אין אונזער מסורה. אלעס וואס איך טו איז צו פארזיכערן אז מיר האבן אן עתיד. איך בין נישט קיין רעפארמיסט, איך בין א קאנזערוויסט…” אפנים ר’ מנחם שלאגט נישט נאר אפ דעם טיטל “רעפארמיסט”, נאר ער האלט אז מיט זיין מהלך וועט אונזער לעבנשטייגער האבן א מער דויערהאפטיגן קיום.

Image of the midrasha
רבי מנחם אין א שיעור צו די תלמידי המדרשה החסידית

”ווי מער איך האב מיך באקאנט געמאכט מיט דער גרויסער וועלט האב איך געלערנט צו שעצן מער מיין שטעטעלע”

מיר פרעגן רבי מנחם איבער זיין פערזענליכער רייזע פון די טיפענישן פון מאה שערים, ביז’ן געזען ווערן אלס א פיגור וועלכער בויט א בריק צווישן דעם פרומען און פרייען ציבור אין ארץ ישראל, און אלס פיאנער ווען עס קומט צו דעם נושא פון לימודי חול אין ישיבות.

ר’ מנחם: איך בין אויפגעוואקסן אין מאה שערים. איך האב געהאט א געווענליכן “מאה שערים’דיגן חינוך”. איך זעלבסט האב ביז די זיבעצן יאר אלט נישט גערעדט קיין איין ווארט עברית, נאר אידיש. איך האב געלערנט אין ‘דושינסקיא’ חדר און איך בין געווען א חלק פון דער סמעטענע פון דער ‘עדה החרדית’ - די סאמע פרומסטע קהילה ביים חרדישן ציבור. און איך שפיר זיך נאך אלץ גליקליך אז איך בין אויפגעוואקסן אין אזא סביבה, וואו איך האב געהאט גאר גוטע און זיסע קינדער-יארן. איך האב א גאר טיפע ליבשאפט צו מאה שערים, צו די געסלעך, צו דער אטמאספערע, די ריינקייט און תמימות, און ספעציעל צו די מענטשן וועלכע האבן באגלייט מיין יוגנט. איך האב דארט זוכה געווען צו קענען מענטשן וועלכע האבן געלאזט אן אייביגע השפעה אויף מיין לעבן. איך מיין אז ווי מער איך האב מיך באקאנט געמאכט מיט דער גרויסער וועלט, האב איך אלץ מער געלערנט צו שעצן מער מיין שטעטעלע, מיין מאה שערים.

אבער ווען מען וואקסט אויף אין אזא פלאץ - אזוי פארמאכט און איינגעשפארט - און מען גייט ארויס אביסל צו דער ברייטערער גאס, אפילו אין דער פרומער גאס אינדרויסן פון מאה שערים, פארשטייט מען באלד אז עס איז דא א גרויסער חילוק צווישן דאס וואס מען האט אין דיר אריינגעלייגט אין דיינע קינדער-יארן - אפגעזען פון די ריינע און גוטע כוונות - און דעם אביעקטיוון מציאות אין וועלכן מיר לעבן אין דער היינטיגער וועלט. דאס האט מיך ווארשיינליך געמאכט טראכטן און מיך געברענגט צו דעם פלאץ וואו איך געפין מיך היינט צוטאגס.

אט דער דיסאָנאַנס - דעם חינוך וואס מען באקומט און דאס מציאות - ברענגט דעם מענטש צו טראכטן אביסל טיפער איבער די זאכן וואס מען נעמט אייביג אָן אלס זעלבסטפארשטענדליך און אלס אמת. מען לערנט זיך צו זיין אביסל סקעפטיש, און דאס איז דער אנהויב פון אויסטרעטן אן אייגענעם און זעלבסשטענדיגן וועג. מען זוכט דעם אמת און מען לערנט זיך אויס אז נישט אלעמאל זענען גוטע כוונות א פארזיכערונג אז די תוצאות זענען די בעסטע. אבער איך קוק אייביג צוריק מיט געגועים צו מיינע קינדער-יארן און מאך זיכער אז איך פארגעס נישט ‘מאין באתי ולאן אני הולך’.

”רובא דרובא אין עולם הישיבות פאלן ארויס און קומען נישט אן צו זייערע אמת’ע מעגליכקייטן און פאטענציאל.”

דער מאנאלאג פון רבי מנחם איבער זיינע קינדער יארן איז גאר רירנד, ער שוינט נישט קיין לויב-ווערטער און זיינע אויגן גלאנצן מיט נאסטאלגיע, אבער די ‘מדת האמת’ פון רבי מנחם צייגט זיך ווידער ארויס ווען דער ענטפער נעמט א שטיקל ‘אומוועג’ און ער טיילט מיט אויך די נישט-אזוי-גלאנציגע חלקים פון זיינע קינדער יארן ווען מיר שטעלן אים די פראגע: פון וואנעט קומט אייער ברען צו חינוך?

איך מיין אז מיינע קינדער-יארן אין מאה שערים האבן מיר אויך געגעבן א גוטע לעקציע וויאזוי ”נישט“ זיך אומצוגיין מיט חינוך. מיר זענען ערצויגן געווארן דורך מלחמה געליטענע וועלכע האבן ליידער זיך באנומען מיט קינדער מיט כעס און קפדנות, און איך האב שוין אלס יונגער בחור פארשטאנען אז ‘לא זו הדרך ולא זו העיר’, און איך האב אינסטינקטיוו פארשטאנען אז דאס לאזט איבער וואונדן אויף דער נשמה וועלכע באגלייטן דעם מענטש א גאנץ לעבן. איך מיין אז איך האב שוין דעמאלט פארשטאנען מיט מיין יונגן מח אז איך קען נישט אננעמען דעם אונטערשייד פון א ‘געזונטער מענטש’ און א ‘גוטער איד’. איך גלייב אז ‘היינו הך’ - אויב ווילן מיר גוטע און ערליכע אידן דארפן מיר זיכער מאכן אז אונזערע קינדער זענען געזונט און זעלבסט-זיכער. דאס גייט נישט מיט’ן כח הזרוע; מיט געוואלד קומט מען נישט אן.

לגבי דער שאלה איבער מיין געפיל צו חינוך, איז דער אמת אז עס איז מיר אייביג געלעגן אין די ביינער. ווען איך בין געווען צוועלף יאר אלט האב איך אנגעהויבן מיין ערשטע חינוך אונטערנעמונג, ווען איך האב געגרינדעט א ‘חברת תהלים’ שבת נאכמיטאג וואס איז געווען זייער פאפולער אין דער גאנצער אומגעגנט. איך האב מיך דעמאלט שוין אפילו אויסגעלערנט פאָנדרעיזינג, וואו איך האב פארשאפט א פילאנטראפ וואס האט מנדב געווען די ‘קרעמבא’ וואס מען האט פארטיילט יעדן שבת נאכמיטאג. איך האב שוין דעמאלט אנגעהויבן אנטוויקלען א ליבשאפט צו זיין אן עוסק בצרכי ציבור און ספעציעל ווען עס קומט צו חינוך.

אבער איך מיין אז אין ישיבה האט זיך אין מיר ריכטיג אנגעהויבן שפראצן די קערנדלעך פאר מיינע היינטיגע שיטות אין חינוך. נאכ’ן לערנען דורכאויס מיינע קינדער יארן אין דושינסקיא חדר, בין איך נאכ’ן בר מצווה געפארן לערנען אין וויזשניצער ישיבה אין בני ברק. דאס איז געווען מיין ערשטע באגעגעניש מיט דער “גרויסער וועלט” אינדרויסן פון מאה שערים. איך האב מיך ממש פארליבט אינעם הייליגן רבי’ן, דער ישועות משה זצ”ל - זיין חסידישער ברען, זיין ליבשאפט צו די בחורים, דאס קאכן אין א שבת, דאס אלעס ליגט מיר נאך אין די ביינער. דאס האט אין מיר אריינגעלייגט א שטארקע ליבשאפט צו חסידישער ווארעמקייט. איך האב מיך געדרייט ביי אים אין שטוב און נאך ביז היינט בין איך מקושר צו זיין דמות בלב ובנפש - דאס איינציגע בילד וואס הענגט ביי מיר אין שטוב פון א גדול בישראל איז פונעם הייליגן ישועת משה.

Image of a donosaur
האדמו״ר בעל ישועת משה מ׳וויזשניץ

אבער אין דער זעלבער צייט האבן איך אנגעהויבן זיך ארומקוקן ארום און ארום און אנגעהויבן פרעגן שאלות…

איך האב אנגעהויבן באטראכטן דאס מציאות אין ישיבה און עס האט מיר נישט געקלאפט. איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס מען קען נישט בעסער מאכן דעם סיסטעם און דאס האט מיך ממש געעגבערט ביז די טיפענישן פון דער נשמה. איך האב אנגעהויבן זען בחורים בעלי כשרונות אין אנדערע הינזיכטן אבער זיי זענען נישט געמאכט צו זיצן ביי א גמרא, וואו זיי בטל’ען די צייט און זייערע כשרונות גייען ממש לאיבוד. עס האט מיך גאר שטארק געשטערט, ביז איך האב מיך איינמאל אנגעגארטעלט מיט קוראזש און איך בין צוגעגאנגען צום משגיח פון ישיבה, א טייערער איד וועלכער האט געהייסן הרב זאמער ז“ל, און איך האב אים געפרעגט אפן: ”זאג מיר, צווישן די פיר הונדערט בחורים וואס זיצן יעצט אין בית המדרש, וויפיל פון זיי האלט איר זיצן און לערנען?“ איך האב געזען ווי ער ווערט פארלוירן. איך האב נישט באקומען קיין ענטפער, אבער מיר האבן ביידע גוט פארשטאנען.

האבנדיג געהאט שטארק חשק צו זיין פון די בעסטע בחורים האב איך געלערנט פלייסיג. איך פלעג אויפשטיין פרי און געהאט א חברותא. איך האב באמת פרובירט, אבער זיצן א גאנצן טאג און לערנען גמרא איז נישט געווען עפעס וואס איך האב געקענט. איך האב שוין דעמאלט איינגעזען אז דאס מציאות איז אז דער עולם הישיבות אין איר יעצטיגן פארעם איז עפעס וואס איז מעודד בטלה וואס ברענגט צו שיעמום [לאנגווייליגקייט ברענגט צו פוסטקייט - משנה, כתובות ה, ה]. דער ‘קאנטראקט’ צווישן דער הנהלת הישיבה און די בחורים האט מיר אויסגעזען ווי א ‘שמור לי ואשמור לך’ - מיר וועלן זיך נישט וויסנדיג מאכן פון דעם וואס דו פארברענגסט דיינע בעסטע יארן מיט פוסטקייט, כל זמן וואס דו ביסט שטיל און פאלגזאם.

רבי מנחם נעמט א מינוט, איך זע אז ער קווענקלט זיך אויב ער זאל זאגן, אבער דאן פארציילט ער:

איך האב עס קיינמאל פריער נישט פארציילט, און איך וועל דיר זאגן דאס ערשטע מאל עפעס וואס איך האב ביז יעצט נישט גערעדט דערפון עפנטליך: מען האט מיך ארויסגעווארפן פון ישיבה. מען האט מיך ”געכאפט“ אז איך בין געפארן צו מקומות הקדושים אָן רשות און מען האט מיך געווארפן פון ישיבה. איך קען היינט זאגן אפן אז איך בין נישט געווען געבויט צו זיצן און לערנען א גאנצן טאג. איך האב שוין דעמאלט פארשטאנען אז דער סיסטעם פונעם עולם הישיבות וואו יעדער איינער דארף זיצן און לערנען די זעלבע לימודים א גאנצן טאג איז פשוט נישט רעאליסטיש. נישט נאר א מיעוט פאלן ארויס, נאר לדעתי פאלן רובא דרובא ארויס און קומען נישט אָן צו זייערע אמת’ע מעגליכקייטן און פאטענציאל.

נאכ’ן ”ארויסגיין“ פון וויזשניץ בין איך געגאנגען לערנען אין מירער ישיבה אין ירושלים. איך קען זאגן אז דאס איז געווען מיין בעסט יאר אין מיין לעבן. איך בין דארט געזעסן און געהארעוועט. טאקע דער סיסטעם אין ישיבת מיר, וואו יעדער קען לערנען ”במקום שלבו חפץ“ אויף זיין שטייגער און טעמפא, האט מיך געמאכט פארשטיין צוויי זאכן: קודם כל די זיסקייט פון תורה - נאר דעמאלט האב איך פארשטאנען פארוואס מענטשן זענען גרייט אוועקצוגעבן זייער לעבן צו זיצן און לערנען. אבער אויך האב איך אנערקענט אז דאס איז נישט עפעס וואס מען קען פארלאנגען פון יעדן איינעם; מען קען נישט אריינשטעלן יעדן אין איין פארעם. עס פעלט זיך אויס עפעס א נייער מהלך. די ווערטער ‘ישיבה תיכונית חסידית’ האבן מיר שוין דעמאלט אנגעהויבן ווירבלען אין קאפ.

Image of a mir
איינער פון די בנייני ישיבת מיר אין ירושלים.

”אקאדעמיע האט מיך געעפנט די אויגן אין חינוך”

רבי מנחם פארציילט איבער זיין וועג צו אקאדעמיע:

איך האב זוכה געווען צו אן אמת’ער עזר כנגדו, מיין ווייב איז אייביג געווען מיין שותפ’טע אין יעדער זאך. איך האב באלד נאך דער חתונה פארשטאנען אז איך וויל קיינמאל נישט זיין קיין ‘מצטרך אל הבריות’. נאך דער חתונה האב איך אנגעהויבן לערנען אביסל פראגראמינג און איך האב באקומען א גאר גוטע פאזיציע אין א ‘היי-טעק’ פירמע. איך האב גאר שיין פארדינט און איך בין געווען צופרידן אין מיין פאזיציע, אבער נאך אפאר חדשים פון הצלחה האט זיך מיר אנגעהויבן עגבערן אין הארץ “וואס טו איך דא?” איך האב געשפירט אז איך האב שטערקערע יכולות, און איך האב אויך פארשטאנען אז איך קען נישט אוועקגעבן מיין לעבן נאך אויף צו פארדינען געלט און אז איך וויל עפעס מער.

איך בין א שטארקער מאמין, און איך גלייב באמונה שלמה אז יעדער טריט און שריט, יעדע מחשבה ומעשה פון א מענטש, איז מן השמים, און איך זע דאס כסדר אין מיין אייגן לעבן. ווי נאר איך האב באקומען דעם חשק זיך צו אריינלייגן מער בצרכי ציבור איז עמיצער געקומען צו מיר און געזאגט אז הגאון הצדיק רבי יצחק דוד גראסמאן שליט“א, דער רב פון מגדל העמק, זוכט א מדריך פאר מזרח-אייראפעאישע יוגנטליכע וועלכע זענען נארוואס ארויפגעקומען פונעם געוועזענעם סאוויעטן פארבאנד. איך האב געזען דערין א שטארקע סייעתא דשמיא און איך האב זיך באלד געוואנדן צו ר’ יצחק דוד און זיך אנגעטראגן אלס קאנדידאט פאר דער שטעלע. ער האט מיך טאקע אויפגענומען און איך האב דארט געארבעט פאר פיר יאר. איך האב דארט געלערנט א געוואלד איבער חינוך און ווי אזוי צו פירן א ישיבה - וואס איך האב דארט געלערנט קומט מיר נאך אלץ צוניץ עד היום הזה.

Image of a donosaur
הרב יצחק דוד גראסמאן

דארט האט פאסירט אן אינצידענט וועלכער האט מיך שטארק אויפגעשאקלט. עס איז געווען דארט א בחור - א פיינער רוסיש-רעדנדער בחור - וועלכער איז צוגעקומען צו מיר מיט אן איידלקייט און געפרעגט אויב איך קען אים העלפן מיט זיין היים-ארבעט אין מאטעמאטיק. ווען איך האב אים געזאגט אז ניין, האט ער געזאגט מיט אן איידלקייט: ”יא, איך פארשטיי, מאטעמאטיק איז שווער, אבער אפשר קענסטו מיר העלפן מיט ענגליש?“ ווידער האב איך אים געדארפט אפזאגן, ווייל איך האב קוים געקענט עברית, ווער רעדט נאך פון ענגליש. דער אינצידענט האט מיך אביסל אויפגעשאקלט און שטארק-מעגליך געהאט אן איינפלוס אויף מיינע שפעטערע באשלוסן אין לעבן.

נאך פיר יאר אין מגדל העמק האב איך באשלאסן זיך צו משלים זיין אין סעקולארע לימודים. איך האב דאן אנגעהויבן מיין ‘תואר ראשון’ (באטשעלאר’ס) אין חינוך אינעם ‘מורשת יעקב’ קאלעדזש (שפעטער האב איך גענומען א תואר שני (מאסטער’ס) אין ‘אוניברסיטה העברית’ אין דעם פעלד פון ‘פּאָבּליק פאליסי’). ביים לערנען דעם דעגרי אין חינוך האט זיך פאר מיר געעפנט א נייע וועלט: איך האב צוערשט פארשטאנען אז אלעס וואס איך האב געמיינט אז איך פארשטיי אין חינוך איז ‘גארנישט’ און איך האב געלעבט למעשה אין א פאנטאזיע אז איך פארשטיי צו חינוך. עס האט זיך געעפנט פאר מיר א ברייטע און טיפע וועלט פון חינוך.

דורכאויס מיינע לימודים האב איך געשלונגען ביכער און פארש-ארבעט צו באמת פארשטיין די טיפקייט פון חינוך. איך האב געלערנט און געלערנט אָן אויפהער. מיין נייגער און דארשט האבן מיך געטריבן צו נעמען זייטיגע קורסעס אויך אין פסיכאלאגיע - צו משלים זיין וואס איך האב געלערנט איבער חינוך - און אויך האב איך געליינט אָן א שיעור איבער פסיכאלאגיע און תורת הנפש. עס האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט! אבער אין דער זעלבער צייט האב איך אויך אנערקענט ווי שווער עס איז פאר מיר צו לערנען אסאך פון די פונדאמענטאלע לימודים, צוליב דעם וואס איך האב נישט באקומען קיין שום פארמאלע בילדונג אין מיינע יונגע יארן. איך האב דעמאלט פארשטאנען אז אויב ווילן מיר העלפן אונזער יוגנט צו לערנען פראפעסיאנעלע לימודים דארף דאס קומען מיט ספעציעלער הילף (ר’ מנחם האט שפעטער אוועקגעשטעלט די ‘מכינה החרדית’ אין אוניברסיטה העברית). דער צוגאנג אז “מען לערנט זיך אביסל צו אויף דער עלטער” איז אפגעפרעגט מן היסוד - מען קען נישט אזוי לייכט זיך צולערנען מיט אן ערנסקייט אויב מען האט נישט די יסודות פון פריער.

דעם עיקר וואס איך האב געלערנט אין די יארן איז איבער דער וויכטיגקייט פון חינוך פאר גאר יונגע קינדער. ביי אונז לייגט מען דעם עיקר דגוש אין חינוך אין די שפעטערע יארן, אבער דאס לערנען האט מיר געעפנט די אויגן אז די יארן וואס האבן די גרעסטע השפעה איז אייגנטליך ביז צו די פינף יאר - עס זענען דא שטודיעס אז דאס עיקר לעבן פונעם מענטש ווערט דעטערמינירט ביז פינף יאר אלט. זייער אסאך מאל ווען מיר רעדן פון חינוך מיינען מיר אז דער עיקר פלאץ וואו מען דארף אינוועסטירן איז אין ישיבות אדער אין חדר ביי די עלטערע כיתות, אבער דער אמת איז אז דער גרעסטער תיקון אין אונזער חינוך סיסטעם פאדערט זיך שוין אין קינדערגארטן. אין דער אלגעמיינער וועלט פארשטייט מען דאס היינט און מען לייגט אריין גאר אסאך אין די גאר ערשטע יארן, אבער ביי אונז איז מען נאך ליידער זייער צוריקגעבליבן מיט דעם און מען באטראכט די קינדערגארטן יארן אלס אזא סארט ‘בעיביסיטינג לעזונג’; מען פארשטייט נישט אז דאס איז א קריטישער יארגאנג.

Image of a hebrew univerist
איינער פון די בנייני האוניברסיטה העברית

רבי מנחמ’ס פערזענליכער חלום: א חרדי’שע וועלט וואס בליט ברוחניות ובגשמיות.

איך האב מיט די יארן אנגעהויבן טון אסאך אין חינוך, סיי אין ארץ ישראל און סיי אין מזרח אייראפע בשליחותו פון כ”ק אדמו”ר מקארלין סטאלין שליט”א. אבער מיין חלום איז אייביג געווען “צוריקצוקומען אהיים” און ברענגען א מאדעל פון חינוך פאר’ן היינטיגן דור - א ישיבה פון ‘תורה עם דרך ארץ’ וואס זאל דינען אלס ביישפיל און זאל באמת זיין א קידוש השם. איך האב שוין אין מיינע בחור’ישע יארן איינגעזען אז די גדולי ישראל וועלכע האבן אוועקגעשטעלט דעם היינטיגן עולם התורה, אויף וועלכע עס איז געבויט דער עולם הישיבות, האבן געזוכט צוריקצובויען אן עולם התורה וועלכער איז חרוב געווארן ביי דער קריג.

Image of a donosaur
האדמו״ר מקארלין סטאלין

אבער דאס מציאות איז אז דער ציבור איז זיך צעוואקסן מער ווי מען האט זיך געקענט פארשטעלן, און די סדרי הישיבות וועלכע זענען געווען אוועקגעשטעלט לכתחלה פאר א ‘שבט לוי’ - אזעלכע וועלכע זענען געווען גרייט זיך אינגאנצן אריינצואווארפן אין עמל התורה און זיך דערווייטערן פון הבלי עולם הזה - איז היינט געווארן א חיוב פאר יעדן איינעם. אבער מען קען נישט אריינלייגן יעדן אינעם זעלבן שטאפל - יעדער מענטש האט אנדערע תכונות הנפש און שטארקייטן - מען דארף היינט טרעפן א וועג אוועקצושטעלן אן אויסוואל פון ישיבות וואו יעדער איינער זאל קענען באמת טרעפן דעם “מקום שלבו חפץ” און קענען לערנען און שטייגן לויט זיינע נטיות הלב און כשרונות.

איך האב פאר יארן אנגעפירט א מוסד פאר קינדער פון רוסישן אפשטאם. מיט די יארן איז דער פלאץ צוביסלעך אונטערגעגאנגען, וויבאלד עס איז שוין מער נישט געווען אזא געברויך פאר’ן מוסד און די צאל תלמידים זענען געפאלן. ווי אויך האט דער בניין אויך אנגעהויבן פארעלטערט ווערן. איך האב דעמאלט באשלאסן צו ברענגען מיינע פלענער מכח אל הפועל: איך האב אנגעהויבן ארבעטן אויף א פלאן פון אוועקשטעלן א ‘ישיבה תיכונית חסידית’ - דאס הייסט א ישיבה וואס איז משלב לימודי קודש און חסידות מיט אביסל ענגליש, מאטעמאטיק, און וויסנשאפט. איך האב געארבעט דריי חדשים אויף א דעטאלירטן פלאן און מפרסם געווען מודעות איבער אן אוונט פאר עלטערן צו פארשטעלן מיינע פלענער. ווען איך קוק צוריק דערויף זע איך אז איך בין געווען אביסל תמימות’דיג…

פארשטייט זיך אז עס האט זיך אנגעהויבן קאכן - רבנים אין ביתר האט מיך אריבערגערופן און מיך געהייסן פארלאזן די שטאט. מיינע גוטע חברים זענען געווען איבערצייגט אז איך בין נישט אין ארדענונג, אזש זיי האבן אפילו אנגעטראגן מיך צו העלפן טרעפן א ספעציאליסט וואס זאל מיך באהאנדלען! אבער איך בין געווען אנטשלאסן. איך האב געהאט א ברען און אן אינערליכע שטארקייט אז איך טו די ריכטיגע זאך, און איך האב געוואוסט אז איך מוז מצליח זיין. און דאן איז אנגעקומען די גרויסארטיגע נאכט - דער אוונט ווען איך האב געזאלט פארשטעלן מיינע גרויסארטיגע פלענער. איך האב אנגעגרייט א זאל מיט 150 זיץ-פלעצער, אבער למעשה זענען נאר אנגעקומען פינף פארפעלקער. איינס פון זיי האבן מיר שפעטער געזאגט אז זיי האבן נישט קיין קינדער אבער זיי האבן געקלערט אז עס וועט זיין גוטע עסן…

למעשה האט מען געעפנט דעם קומענדיגן זמן מיט 14 בחורים. טאקע ווייניגער ווי איך האב געוואלט, אבער איך האב געוואוסט אז מיר הייבן דא אָן א מהפכה. איך האב געוואוסט אז ווען איך טראג אָן א פראדוקט וועלכער געפינט זיך נאכנישט אויף דעם מארקעט, איז דאס נישט קיין געווענליכע “סופליי ענד דימענד” - מיר שטעלן דא אוועק א ניי מציאות, און צום סוף וועלן מיר אי”ה מצליח זיין.

אויב דו וואלסט מיך געטראפן מיט אכט יאר צוריק וואלסטו שטארק רחמנות געהאט אויף מיר, אבער ב”ה - פירט ר’ מנחם אויס מיט קענטליכן שטאלץ - מיר האבן היינט א נעץ פון זעכצן מוסדות, מיט איבער 1500 בחורים און קינדער אין ירושלים, בני ברק, ביתר און מיר וואקסן מיט א שנעלקייט. מיר האבן א חסידישן חדר, און אזוי אויך א ווירטואלע ישיבה תיכונית וואס הייסט ‘אשכולות’ וואו עס לערנען דארט איבער 35,000 (!) תלמידים. און דאס איז נאר די התחלה.

דאס עפענען די ישיבה איז געקומען מיט געוואלדיגע שוועריגקייטן און איר זענט אויסגעשטאנען נישט פשוט’ע רדיפות, וואס האט אייך געטריבן צו גיין ווייטער?

אפאר זאכן. קודם כל א טיפע איבערצייגונג אז איך טו די ריכטיגע זאך. אבער נאך וויכטיגער ווי דעם איז אז איך בין געטריבן פון ליבשאפט: ליבשאפט צום באשעפער, צו דער תורה און צו כלל ישראל. איך האב אלעמאל געטון מתוך אהבה. אפילו צומאל איז עס טאקע געקומען מיט פארביטערטקייט אויפ’ן מצב, איז אבער די פארביטערטקייט אויך ליבשאפט - איך בין קיינמאל נישט פארביטערט אויף די איטאליענער, אדער כינעזער. ווען איך האב טענות אדער ביטערקייט אויף אונזער ציבור קומט דאס פון ליבשאפט און ווייל איך גלייב אז אונזער ציבור דארף האבן א המשכה - איך גלייב אז אונז דארפן זיין א שטארקער און פעסטער ציבור.

איך גלייב באמת אז איך העלף אונזער ציבור ממשיך זיין. קוק זיך אום אויפ’ן מצב: מען לעבט אין א ביטערן עניות, א דחקות וואס ברענגט מיט זיך שווערע קאנסעקווענצן בגשמיות וברוחניות. עלטערן ראנגלען זיך חתונה צו מאכן קינדער, מען דארף אויסהאלטן יונגעלייט נאך דער חתונה, און די יונגעלייט פארברענגען די בעסטע יארן מיט’ן איינרעדן די בני בית און משפחה אז מען הארעוועט אין לערנען, ווען אין מציאות לערנען אסאך כולל יונגעלייט ווייניגער ווי א בעל הבית וואס איז קובע עתים לתורה.

אונזער ציבור קען נישט אזוי אנגיין! דאס מציאות איז אז א ציבור וואס קען זיך נישט טוישן לויט די אומשטענדן ברעכט אונטער. עס איז א פאנטאזיע אז אונזער מסורה האט זיך קיינמאל נישט געטוישט; דער גאנצער ‘חדש אסור מן התורה’ איז א נייע זאך און מנהיגים בכל דור ודור האבן אייביג אונטערגענומען שטארקע טוישן צו פארזיכערן אונזער עתיד. אונזער גאנצער מהלך החיים היינט איז א תוצאה פון שינויים וואס גדולי ישראל האב געמאכט קעגן השכלה און אין יעדן פלאץ האבן מנהיגים גענומען שריט וואס האבן זיך אויסגעפעלט לויט די געברויכן פון דעם פלאץ און תקופה.

אבער איך וויל צולייגן אז מען קען טאקע אנהייבן א פראיעקט מיט ווייטאג און ביטערקייט - צומאל איז גאר ביטערקייט א שטארקע טרייב-קראפט - אבער צו אָנהאלטן עפעס פאר א לאנגער צייט קען מען נאר אויב מען האט הנאה און סיפוק. און איך האב נישט קיין גרעסערע עולם הזה’דיגע הנאה און סיפוק ווי אין חינוך. און דאס גיבט מיר כח יעדן טאג צו אנגיין מיט דער ארבעט, אפגעזען פון די שוועריגקייטן. מען קען אנהויבן א פראיעקט מיט Pain אבער אויף דאס צו אנהאלטן דארף דאס קומען מיט Pleasure, און איך האב ב”ה הנאה און פארגעניגן יעדן טאג ווען איך זע ווי תלמידים זענען מצליח.

איך פארשטיי וואס איר זאגט, אבער פארוואס זענט איר פארזיכערט אז דער אמת ליגט ביי אייך? עס זענען דאך דא צענדליגער גדולי ישראל שליט”א וועלכע זענען ארויסגעקומען קעגן אייך?

קודם כל האב איך מיר אויך דורכגערעדט מיט אסאך גדולי ישראל וועלכע איך קוק גאר שטארק ארויף. א שטייגער ווי דער גאון אדיר וצדיק נשגב רבי אהרן ליכטענשטיין ז”ל (איידעם פון רבי יאשע בער סאלאווייטשיק פון באסטאן, לאנג-יעריגער ראש ישיבה פון ישיבה יוניווערסיטי) וועלכער האט שטארק אויפגעלויכטן מיינע אויגן. אויך האב איך אנגעקניפט א שטארק שייכות מיט הגאון הרב זאקס ז”ל פון לאנדאן, וואס איך באטראכט זיך אלס זיינס א תלמיד מובהק. (ר’ מנחם אנטפלעקט אונז אז ער וויל שטארק איבערארבעטן זיינע מאמרים אזוי אז זיי זאלן זיין מער צוגעפאסט צום שפראך פונעם היימישן ציבור.)

Image of a donosaur
רבי אהרן ליכטענשטיין

לא אלמן ישראל, מיר האבן גוטע אידן, אבער זייער ווייניג מנהיגים. עס זענען דא חשוב’ע רבנים וועלכע האבן אן אחריות פאר זייער קהלה, אבער עס זענען דא זייער ווייניג ‘כלל ישראל’ מנהיגים. אין ארץ ישראל ווערט היינט דער חרדי’שער ציבור געפירט דורך פאליטיקאנטן. איך בין געזעסן מיט פארשידענע גדולי האדמורי”ם שליט”א וועלכע האבן מיך שטארק מחזק געווען בחדרי חדרים אבער האבן מיך נישט געקענט שטיצן אין דער עפנטליכקייט. איך קען זיי נישט דן זיין, יעדער איינער האט זיך זיין דרך אין עבודת השם, אבער נאכדעם וואס איך בין געזעסן מיט גאר אסאך פון די גדולי האדמורי”ם שליט”א זע איך דאס בילד אביסל אנדערש. זייער אסאך פון זיי זאגן מיר “איך בין מסכים מיט אייך, אבער מען דארף גיין צוביסלעך”. למעשה שיקן אסאך רבי’ס און ראשי ישיבות צו מיר תלמידים שטילערהייט.

איך בין א פשוט’ער מענטש און איך האב מיך ארומגעקוקט און געזאגט “אם אין אני לי מי לי”. איך גלייב אז יעדער איד האט דעם חיוב צו דינען דעם רבוש”ע מיט זיין אמת און מיט זיין נטיית הלב. דער רצון השם איז אמת, און דער פשוט’ער אמת איז אז מיר קענען זיך מער נישט ערלויבן דעם ‘שב ואל תעשה’ - ווען איבער צוואנציג טויזנט חרדישע יונגעלייט האבן חתונה יעדעס יאר און האבן נישט דאס מינדעסטע יכולת זיך צו מתפרנס זיין. דאס איז אן עקירת התורה; עס איז אנטי-אידישקייט און אנטי-מענטשליכקייט. אין דער שטאט ביתר וואו איך וואוין ווערט געשאצט אז ארום זעכציג פראצענט קענען נישט ברענגען קיין ברויט אריין אין שטוב - דאס איז אן עניות וואס מען האט גוזר געווען אויף זיך אליין, אן עניות וואס דערביטערט מענטשן און דערנידערט זיי צו דער דיוטא התחתונה. מען מעקט דורך דעם אויס פון מענטשן זייער צלם אלוקים.

אסאך פון דעם התנגדות קומט פשוט פון פחד. עס איז נארמאל אז מענטשן האבן מורא פון טויש, עס איז א גלאבאלע מענטשליכע ערשיינונג. אבער איך זע דעם חילוק פון ווען איך האב אנגעהויבן ביז היינט - מען קומט היינט צו אונז פון די בעסטע שטיבער, מיר האבן מוסדות איבער גאנץ ארץ ישראל, און די נאכפראגע שטייגט פון יאר צו יאר. אויך זעט מען א חילוק אפילו ביי די רבי’ס וועלכע זענען ארויס קעגן אונז און יעצט זעען זיי אונזערע תלמידים. למשל, אין צאנז איז געווען א בחור וואס האט זיך נישט אריינגעפאסט אין קיין שום מסגרת און ער האט זיך ארומגעוואלגערט ביז ער איז אנגעקומען צו אונז. ער האט זיך אנטוויקלט זיינע כשרונות און ער איז היינט א געלונגענער חסידישער יונגערמאן און א בעל פרנסה, און דער צאנזער רבי שליט”א האט גאר שטארקע התפעלות פון אים. און אזוי זענען פארהאן נאך צענדליגער מעשיות, אויך פון אזעלכע וועלכע זענען ארויסגעקומען קעגן אונז.

איר זאגט אז אונזער ציבור קען נישט אזוי אנהאלטן. וועלן אייך אנדערע זאגן “בהדי כבשי דרחמנא למה לך” - מיר האבן געלעבט אזוי ביז היינט, דער אייבערשטער פירט די וועלט?

קודם כל, א מענטש קען זיך נישט אראפלייגן אויף א פארנומענעם שאסיי און זאגן “איך פארלאז מיך אויפ’ן רבוש”ע”. דער רבוש”ע האט אוועקגעשטעלט א וועלט ‘לשבת יצרה’ און מיר דארפן טון פאר’ן קיום העולם. און נאך מער פון דעם: אנהאלטן דאס יעצטיגע מציאות איז דאך נישט קיין ‘שב ואל תעשה’ - עס איז א באשלוס און א “קום ועשה” וואס קומט מיט א גאר הויכן פרייז. די ריכטיגע פראגע באדארף נישט צו זיין געוואנדן צו מיר, נאר צו זיי - דאס געשטעל פון א תלמיד וואס קומט ארויס פון מיין ישיבה איז אייגנטליך אסאך מער ענדליך צו דער מסורה פון כלל ישראל מאז ומעולם. איך קען זיך פארלאזן אויף חז”ל, אויפ’ן רמב”ם, און אויף הונדערטער גדולי ישראל לאורך הדורות. אבער אויף וואס פארלאזן זיך זיי - די וועלכע זענען אחראי אויף די מיליאנען שעות ‘בטלה המביאה לידי שיעמום’ אין רוב ישיבות איבער דער וועלט?

די גאנצע הנחה אז דער היינטיגער שטייגער פון דער חרדישער וועלט איז א דירעקטע מסורה פון סיני איז דאך אן איינרעדעניש. מיט דרייסיג פערציג יאר צוריק איז די חרדישע וועלט געווען גאנץ אנדערש. דאס אז צייטן טוישן זיך איז א מציאות וואס איז נישט אין אונזערע הענט. אבער אויב נעמט מען נישט קיין שריט און מען האט נישט קיין הנהגה קען דער טויש גיין אויך אינעם נישט ריכטיגן וועג. מיר גייען אויף א וועג וואס האט נישט קיין עתיד און מיר קענען נישט לעבן אזוי. נישט נאר איז עס נישט די דרך התורה, נאר עס איז א סאציאלאגישע קאטאסטראפע. עס קומט פון א פחד פון טויש און טראומע, און נישט פון א טיפער השקפה אדער מסורה.

מיר קענען נישט לעבן אין א פאנטאזיע אז אין דער צייט וואס די וועלט אנטוויקלט זיך מיט אזא שנעלקייט וועלן אונזערע בחורים און יונגעלייט קענען מצליח זיין מיט אביסל ‘נאכט שיעורים’ נאך דער חתונה; עס איז אן איינרעדעניש. אויב ווילן מיר נישט זיין אן ארעמער און צוריקגעשטאנענער ציבור דארפן מיר זיך נעמען אין די הענט אריין און אוועקשטעלן ערליכע און געזונטע מסגרת’ן וואו עס זאלן אויסוואקסן מענטשן וואס קענען מצליח זיין אין דער ברייטער וועלט.

לאמיר צוריקגיין צו דער ישיבה, וואס איז אייער ישיבה און מיט וואס איז זי אנדערש פון אנדערע ישיבות?

מיין צוגאנג צו א ישיבה קומט אז מיר דארפן אוועקשטעלן א ישיבה קודם כל מיט’ן פרעגן: וואס פאדערט זיך פאר א בחור אין די צענערליגער יארן כדי צו זיין א געזונטער, זעלבסט-זיכערער, באלאנסירטער מענטש, א גוטער מאן און א גוטער טאטע און א הילפבארער מיטגליד אין געזעלשאפט? דעריבער איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע ‘כישורי חיים’ - לייף סקילס. דאס לערנען אויף דעם וועג נעמט אריין דריי שטאפלען: ערשטנס, מאראלן-פרינציפן (‘ערכים’ רופט זיי רבי מנחם), דאן קומט וויסנשאפט, און דאן פראקטיק. דאס באדייט אז תלמידים זאלן באמת פארשטיין ווער זיי זענען, וואס זענען די יסודות’דיגע פרינציפן וועלכע פירן זיי אין לעבן, האבן די ידיעות אויף צו פארשטיין די פרינציפן, און דאן וויאזוי קומען זייערע מאראלן און פרינציפן לידי מעשה. למשל, מיר האבן א פראגראם ארום ‘הקשבה’ - וואס מיינט אויסהערן, וואס זענען גוטע מהלכים צו זיין א בעסערער אויסהערער וכדו’. ווי אויך האבן מיר פראגראמען אויף אמפאטיע, קאמוניקציע, פערזענליכע אחריות און אזוי ווייטער. מיר לערנען אויך אזעלכע זאכן ווי רעטאריק און רעדן פאר א ציבור און אזוי ווייטער. די מטרה איז אז זיי זאלן ארויסקומען ווי א גאנצער מענטש מיט אן אנטוויקלטן פאטענציאל.

דאן איז דא דער אידישקייט חלק: איך וויל זען געזונטע היימישע אידן וואס זענען שטאלץ מיט זייער אידישקייט און ווארעם מיט זייער חסידישקייט. איך גלייב אז מען קען זיין אינגאנצן א חרדישער איד, א ירא ושלם, און אין דער זעלבער צייט זיין א וויסנשאפטלער, א דאקטער, אן אדוואקאט אדער סיי וועלכע זאך עס איז ‘לבו חפץ’. טראכט פון א וועלט פון חסידישע דאקטוירים, היימישע אסטראנאמער. מיר דארפן מער פון דעם סארט; משולחים האבן מיר ליידער גענוג… לדוגמא, איך האב א תלמיד וואס איז א ווארעמער חסידישער בחור, און ער איז אויך אן אויפגייענדער שטערן אין דער וועלט פון אקאלאגיע און ער קלערט יעצט פון ווערן א דאקטאר פאר אקאלאגיע. אבער אין דער זעלבער צייט וועט ער נישט פארפאסן א טאג פון דאווענען מיט מנין. אזא איינער איז שטארק ביי זיך מיט זיין אידישקייט און ער ווערט נישט פארלוירן ווען ער שטייט קעגן פרייע אדער אומגלויביגע. זיין אמונה איז פעסט און זיין כאראקטער איז אויפגעבויט. (הערת הכותב: איך קען דעם בחור און זיין משפחה, און פאר’ן גיין צו רבי מנחם איז ער געווען א “פראבלעמאטישער” בחור אין א חסידישער ישיבה.)

”מיינע מתנגדים מיינען עס אמת’דיג”

די רדיפות לאזן נישט נאך און האלטן אן, נישט נאר פאשקעווילן נאר אויך געוואלדטאטן. נישט איינמאל האט מען אייך פיזיש אנגעגריפן, אזש מען האט אפילו פרובירט צו פארברענען אייער הויז. וויאזוי באנעמט איר זיך מיט דער שארפער קריטיק אין אייער ריכטונג?

איך האלט אז די כוונות און תמימות פון מענטשן איז עפעס וואס מיר מוזן מכבד זיין און גלייבן. אפילו די וועלכע קריגן זיך אויף מיר און אטאקירן מיר מיט גאר שארפע מיטלען, גלייב איך אבער אז זייערע מטרות זענען - לכל הפחות אין זייערע אויגן - הייליג און ערליך און אז זיי מיינען אמת’דיג. דאס איז מיך מחייב אויך צו זיין אויפריכטיג מיט זיך אליין צו וויסן אז וואס איך טו איז באמת ווייל איך גלייב אז דאס איז ריכטיג און איז דער רצון השם.

איך בין בטבע א מענטש וואס דערשרעקט זיך נישט. איך בין נישט קיין ‘להכעיס’ניק’ און איך זוך נישט קיין פראוואקאציעס, אבער עס שטערט מיך בכלל נישט אז מענטשן האלטן אנדערש ווי מיר. איך ווייס אויך אז דאס קומט פון א פחד וואס איז בארעכטיגט, יעדער איינער האט מורא פון טויש; טויש איז שרעקעדיג. דאס איז נישט קיין זאך וואס איז ספעציעל ביי אונזער ציבור, נאר איז א גלאבאלע ערשיינונג. אבער איך ווייס אז “בתוך עמי אנוכי יושב” און אלעס וואס איך טו איז מיט א כוונה פון אויפטון און אז אונזער ציבור זאל קענען האבן א קיום.

די פיראמיד פון ‘מאסלאו’

צי איז דער זעלבער מצב אויך אין אמעריקע?

זאג דו מיר? צי האט א בחור אין ישיבה אין אמעריקע אלע זיינע באדערפענישן? אין פסיכאלאגיע ווייסן מיר איבער דער ‘פיראמיד’ פון באדערפענישן פון מאסלאו. עס איז אן אנגענומענער פאקט אז יעדער מענטש האט זיינע געברויכן, וואו קודם קומען די עלעמענטארע באדערפענישן, דאן קומען זאכן ווי זיכערקייט, און דער סאמע העכסטער געברויך איז ‘זעלבסט ערפילונג’, אז א מענטש דארף קענען אנטוויקלען זיין אייגענעם פאטענציאל און טרעפן וואס גיבט אים סיפוק און געשמאק אין לעבן.

Image of a donosaur
מאסלאו׳ס פיראמידע פון באדערפענישן

א ישיבה דארף האבן א פלאן וויאזוי צוצושטעלן אלע געברויכן פון א בחור. צי זאל דאס זיין פיזיש - איבונגען און אקטיוויטעטן - צי זאל דאס זיין גייסטיש, עמאציאנעל און אזוי ווייטער. פארוואס זאלן מענטשן דארפן אויסוועלן צווישן זיין א חלק פונעם ציבור אדער זיך צו אנטוויקלען דעם אייגענעם כאראקטער און פערזענליכקייט? עס איז געווען ביי מיר א חשוב’ער יונגערמאן פון אמעריקע וואס ער לערנט אפילו פאָר שיעורים. ער זאגט מיר נאך עפעס פונעם אר”י הק’ און לייגט צו אז רש”י ברענגט דאס גאר פונעם אר”י הק’! און ער איז שוין איינער וואס איז געווען פון די גוטע בחורים אין ישיבה. צי איז דאס יושר אז מען קומט ארויס פון ישיבה מיט אזא צעמישעניש?

מיר לעבן היינט אין א מציאות אז צו זיין א חרדישער איד איז א חיצוניות’דיגע זאך: מען דארף פשוט מיטגיין מיט דעם “פראגראם”. מיר האבן היינט הונדערטער, און אפשר טויזנטער, וועלכע זענען נישט קיין מאמינים אבער לעבן א דאפלט לעבן פון שקר. זייער אסאך פון זיי זענען פשוט אזעלכע וועלכע האבן קיינמאל נישט געטראפן זייער פלאץ אינעם עולם הישיבות, אדער אזעלכע וועמען עס ציט זיי מער די וועלט פון וויסנשאפט און קולטור. מיר דארפן פאר זיי אויך טרעפן א פלאץ אין אונזער ציבור.

די גרעסטע סכנה פאר אינדיווידואלן איז אז זיי דארפן לעבן א לעבן פון שקר. עס צעברעכט דעם מענטש און עס מעקט אים אויס זיין צלם אלוקים. אויב קענען מיר געבן פאר בחורים אן אויסוואל פון יונגווייז אָן צו לערנען ‘במקום שלבו חפץ’ און אים מוטיגן אויסצוניצן זיינע אייגענע טאלאנטן און פאטאנציאל, וועלן מיר האבן א בעסערן און מער ערליכן ציבור, און מען וועט נישט מוזן לעבן אין אן “אנגענומענעם שקר”. דאס מציאות היינט איז אז יעדער איז מודה אז מיר זאגן “אביסל ליגנט” פאר זיך אליין און פאר די קינדער אויף צו אָנהאלטן אונזער לעבנסשטייגער.

אנשטאט באטראכטן די דרויסנדיגע וועלט אלס א סכנה, דארפן מיר עס אנקוקן ווי א געזונטער ‘קאנקורענט’. די וועלט אינדרויסן איז נישט שרעקעדיג, ווייל מיר ווייסן אז מיר האבן אונזער וועג, אבער מען קען דאך נעמען אזויפיל מתנות פון דער וועלט! איך גלייב אז פארשריט, צי איז דאס וויסנשאפט צי טעכנאלאגיע, איז א מתנה פונעם רבוש”ע און מיר דארפן דאס כאפן מיט ביידע הענט. פארשטייט זיך אז אלעס קומט מיט גדרים על פי תורה ועל פי הלכה, אבער מיר דארפן אויפהערן מורא האבן פון וויסנשאפט און פארשריט.

לאמיר זאגן אז מיר נעמען אָן אייער שיטה אינגאנצן, צי וועלן מיר נאך אלץ קענען ארויסגעבן תלמידי חכמים? וואס וועט זיין מיט א שבט לוי? וואס וועט זיין מיט’ן אלף נכנסין לבית המדרש ואחד יוצא להוראה?

קודם כל, פון מיין ישיבה קומען ב”ה ארויס יונגעלייט תלמידי חכמים מופלגים, חסידישע אידן און יראי השם. און נאכמער, איך האלט באמת אז מען דארף אויך האבן א ישיבה למצויינים וואס איז אינגאנצן תורה, וואו א בחור וואס וויל זיך באמת אפלאזן פון אלע ענייני עולם הזה און זיך אריינלייגן אינגאנצן אין תורה זאל דאס קענען טון. מיר קענען אבער נישט אריינלייגן יעדן איינעם אינעם זעלבן קעסטל.

פארקערט גאר, אויב וועט באמת זיין א געלעגנהייט פאר בחורים צו זיין מצויינים אין אנדערע בחינות: אין השקפה, אין וויסנשאפט, אין מאטעמאטיק, וועלן די גדולים בתורה טאקע באקומען א ספעציעל חשיבות. היינט איז דאס מציאות אז יעדער מוז אנשטעלן דעם אנשטעל אז מען איז א תלמיד חכם און דאס מאכט ביליג די גרויסקייט פון אן אמת’ן תלמיד חכם. ווען א מיידל זאגט היינט “איך וויל א תלמיד חכם” זאגט זי בעצם איך וויל א בחור וואס איז א מוצלח, און דער איינציגער וועג פון זיין א מוצלח איז צו קענען גמרא און אויף א זייער ספעציפישן דרך הלימוד. אבער נישט יעדער איז געמאכט פאר דעם, און אזויפיל פאלן נעבעך ארויס צווישן די שורות. שטעל דיך אבער פאָר ווען א טאטע קען ווען שטאלצירן מיט זיין זון אז “ער איז א געוואלדיגער בעל השקפה” אדער “ער האט א שטארקן כח הדיבור” און אזוי ווייטער. לאמיר באמת געבן די געלעגנהייט פאר יעדן איינעם צו זיין ‘זיך אליין’ און מיר וועלן אויך האבן גדולי ישראל און תלמידי חכמים. לא אלמן ישראל.