מנחם באמבאך.

וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים

your image alt

מאיר לאַבין

ערב צווייטע טעג פסח תשפ״ד

הרב מנחם בומבאך איבער קינדער וואס פארלאזן די חרדישע געזעלשאפט פון אייגענער דערפארונג

די ערשיינונג פון קינדער וואס “גייען אראפ פון וועג”, איז אין די לעצטע יארן פארוואנדלט געווארן פון א ‘טראגעדיע’ וואס פלעגט באטרעפן געוויסע מענטשן בשולי המחנה און האט באשעפטיגט בלויז ספעציאליסטן אדער רבנים, צו א ברענענדיגער טעמע וועלכע פארנעמט א וויכטיגן ארט אינעם סדר היום פונעם יהדות החרדית. ס’האנדלט זיך מער נישט פון איינצלנע איזאלירטע פעלער, נאר פון א פלייץ וואס אפעקטירט די סמעטענע פונעם יהדות החרדית – קינדער פון די בעסטע שטיבער טרעפן זיך פאשען אין פרעמדע פעלדער.

מיט דעם וואס ס’איז געווארן אן אפטערע ערשיינונג איז אויך אנטשטאנען א נאטירליכער טויש אינעם לעקסיקאן ווען ס’האנדלט זיך פון דעם נושא. אמאל פלעגט די שפראך ארום דעם געבארגט ווערן פון עפידעמיאלאגישע באגריפן: “ער איז פארדארבן געווארן”, אדער “ער איז קאליע געווארן” - היינט אבער איז די שפראך ארום דעם פיל מער טאלעראנט. אנגעהויבן מיט דעם נייטראלן טערמין “או-טי-די”, וואס איז געווארן אן אינטעגראלער טייל פונעם לעקסיקאן צווישן עמך, ביז צו די אויסדרוקן וואס מ’זעט אין אפיציעלער חרדישער ליטעראטור און פובליקאציעס, אזוי ווי “קינדער וואס ראנגלען זיך מיט נסיונות”, אדער עפעס ענליך.

דאס איז פארשטייט זיך נישט בלויז א לינגוויסטישער טויש, נאר פיל מער פון דעם. די לעזונגען און באהאנדלונגען ארום דעם זענען היינט ליכט-יארן אוועק פון דעם אמאליגן מהלך. אמאל פלעגן די לעזונגען צו דעם ענין אויך קלינגען ענליך צו עפידעמיאלאגיע, מיט אזעלכע באגריפן ווי אוועקשיקן פון שטוב און אפהאקן פארבינדונג, כדי צו באשיצן די איבריגע משפחה מיטגלידער; אבער היינט איז פיל מער אנגענומען – אפילו ביי די פרומסטע קרייזן – אז מ’דארף ליב האבן די קינדער און זיי מקרב זיין.

פונעם שטאנדפונקט פון די וועלכע האבן פארלאזט די מחנה, האלט מען ווייט פון אן עולם התיקון. די וועלכע האבן פארלאזט שפירן אין אסאך פעלער אז מ’האט זיי ארויסגעשטופט און מ’דערווייטערט זיי. אבער אז מען פארגלייכט דעם צוגאנג היינט צוטאגס צו צען-צוואנציג יאר צוריק, איז שווער צו לייקענען אז ס’איז אנטשטאנען א טויש. מעגליך נישט קיין רעוואלוציע, אבער אן קיין ספק א באדייטנדע און קענטיגע עוואלוציע.

אבער אפילו היינט, ווען ס’איז שוין מער אנגענומען אז מ’דארף אזעלכע קינדער מקרב זיין, שעמען זיך נאך די עלטערן מיט די קינדער, און די פארבינדונג איז געווענליך אנגעצויגן און אומנאטירליך. ס’איז גאר זעלטן אז עלטערן זאלן קענען אננעמען זייערע פארפרעמדטע קינדער נאטירליך און אן קיין תנאים, בשעת דאס הארץ בלוטיגט זיי אויף דעם אומגליק וואס האט זיי באטראפן.

ס’איז נישט שווער צו פארשטיין די עלטערן. יעדער טאטע און מאמע וויל זען נחת ביי די קינדער, און דאס נעמט אריין סיי רוחניות’דיגן און סיי גשמיות’דיגן נחת. מ’וויל זען אז דאס קינד איז צופרידן אין לעבן, ס’גייט אים גוט, און ער איז מוצא חן בעיני אלקים ואדם. ווען א קינד גליטשט ליידער, דאכט זיך פאר די עלטערן ווי ער וואלט זיי געשטאכן אין הארצן, און ס’איז שווער אים צו געבן די ליבשאפט אין וועלכער ער נויטיגט זיך אזוי שטארק אין אזא פאל.

אויסער דעם פאדערט זיך קוראזש פאר עלטערן וועלכע געפינען זיך טיף אין א קהילה, צו קענען צייגן אמת’ע און אפענע ליבשאפט צו א קינד וואס פירט זיך גאנץ אנדערש ווי זיי, בפרט ווען דאס איז אין דער עפנטליכקייט. און ספעציעל ווען דער פאטער האט א מכובד’יגן סטאטוס און ער איז רעספעקטירט אלס א מחנך וכדו’, און דאס קינד איז לכאורה א לעבעדיגער ביישפיל פון זיין פערזענליכן דורכפאל ביים ערציען די אייגענע קינדער.

אבער ווען מ’רעדט פון דעם סארט קוראזש, קומט ווידער אויפ’ן געדאנק דער איש האשכולות הרב מנחם באָמבאַך שליט”א. ער האט אנגערירט טויזנטער הערצער ווען ער האט פארעפנטליכט א ‘פאוסט’ אויף סאציאלער מידיע וואו ער האלדזט זיין טאכטער וועלכע איז קענטליך נישט פרום, און דערביי האט ער צוגעשריבן א גאר פערזענליכן עסיי אין וועלכן ער ברענגט ארויס זיין גרעניצלאזע ליבע פאר דער טאכטער. אין יענעם פאוסט האט ער אויך אדרעסירט באופן כללי עלטערן פון אזעלכע קינדער, מיטטיילנדיג חיזוק און מוסר איבער דעם ריכטיגן צוגאנג.

דער ’פאוסט‘

דאס איז מיין טאכטער רותי. מיר זענען די וואך געגאנגען אינאיינעם צו ‘קניון מלחה’, צו קויפן ברילן פאר די אויגן. מיר האבן באמערקט אז אונזער ערשיינונג אינאיינעם – איך מיט מיין שווארץ רעקל און זי מיט אירע דזשינס הויזן – ברענגט אסאך בליקן אין אונזער ריכטונג. צווישן זיי האט זיך ספעציעל דערקענט א חרדיש פארפאלק וואס האט זיך אוועקגעשטעלט מיט פארגאפטע בליקן אין אונזער ריכטונג; מיר זענען קענטליך געווארן זייער באליבט ווינקל אינעם ‘שאפינג מאל’. מיין טאכטער האט מיך געפרעגט אויב די רחמנות’לאזע נייגעריגע בליקן מאכן מיך שפירן אומבאקוועם. איך האב איר געענטפערט: “אפילו אויב איך זאל זיין אומבאקוועם, ביסטו מיין טאכטער און דו ביסט מיר וויכטיגער און חשוב’ער פון יעדער זאך אויף דער וועלט…”

אין די לעצטע יארן דערקענט זיך אן אויפשטייג אין די ציפערן פון אינגלעך און מיידלעך וועלכע פארלאזן די חרדישע געזעלשאפט. עס זענען דא עלטערן וואס דאס איז פאר זיי א טראגעדיע וואס צעברעכט זיי אויף שטיקער - ס’צעברעכט זייער שטוב, זיי ווערן גענצליך צעברעקלט און עסן זיך אויף מיט חרטה געפילן, און זיי האלטן דעם סוד טיף אין הארץ. ליידער טוען פיל פון זיי אויך פיזיש דערווייטערן זייערע קינדער און פארפרעמדן זיך צו זיי.

  1. אמת, דער צער איז גאר טיף און שווער. מיר לעבן מיט אן אמונה אז אונזער לעבן האט א רוחניות’דיגן תכלית, און היטן תורה און מצוות איז די סיבה פאר אונזער גאנצער עקזיסטענץ, און ווען א קינד פארלאזט די געזעלשאפט ציטערן מיר פאר’ן קינד’ס רוחניות’דיגן וואוילזיין און ס’איז פארשטענדליך אז מיר זענען פארקלעמט דערוועגן.

  2. אבער זייט אויפריכטיג מיט זיך אליין. וואס שטערט אייך מער: דאס קינד’ס רוחניות’דיגע ירידה אדער דער טויש אין דעם קינד’ס אויסערליכע טראגע? א מאמע האט מיר אמאל אליין געזאגט: “עס שטערט מיך שטארק אז מיין זון לייגט נישט קיין תפילין, אבער פארוואס קען ער נישט לכל הפחות ווייטער גיין מיט א הוט און רעקל…”

  3. הערט אויף זיך צוטון מאכן פון קליינליכע שלעכטע מענטשן וואס מורמלען און טראגן און ברענגען רכילות הינטער אייער רוקן. זיי זענען נישט ווערד אז איר זאלט פארשווענדן אייער ענערגיע זיך צו זארגן וואס זיי וועלן זאגן. אגב, ווען איינער בארעדט אייך הינטער’ן רוקן איז דאס געווענליך א צייכן פון קנאה.

  4. ס’איז וויכטיג צו געדענקען אז אונזער טאטע אברהם אבינו האט ליב געהאט זיין זון ישמעאל, און יצחק אבינו האט ליב געהאט עשיו. משה רבנו – דער אבי כל הנביאים – האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער וואס זענען געגאנגען אין זיינע וועגן. דוד איז אנטלאפן פון זיין זון אבשלום און דער בעל התניא און דער רוזשינער האבן ביידע געהאט קינדער וואס זענען אראפ פון וועג. דער אמרי חיים האט געהאט א טאכטער וואס איז אראפ פון וועג, הרב וולבה און הרב שך האבן געהאט קינדער וואס זענען אראפ פון וועג. דער פאקט אז זייערע קינדער זענען נישט געגאנגען אין זייערע וועגן נעמט נישט אוועק פון זייער גרויסקייט, פארקערט, די וועלכע האבן ווייטער ליב געהאט און מקרב געווען זייערע קינדער האבן דערמיט געצייגט זייער גרויסקייט און דערמיט געוויזן א ביישפיל פאר שפעטערע דורות. (דרך אגב, זייערע קינדער האבן נישט געהאט קיין טעכנאלאגיע, ס’איז שוין צייט אויפצוהערן מיט’ן אנלייגן אלעס אויף טעכנאלאגיע.)

  5. עס זענען דא קינדער וואס ערלויבן זיך צו פארלאזן די געזעלשאפט, וויבאלד זיי ווייסן אז די ליבשאפט פון זייערע עלטערן איז שטערקער פון אלעמען. דאס ערלויבט זיי אונטערצונעמען א ‘זוכעניש’ און פרובירן צו טרעפן זייער פלאץ אין דער וועלט. [אבער דאס איז בעסער פון] די וועלכע פארלאזן אידישקייט אין הארצן, אבער זיי גייען ווייטער מיט’ן שטריימל און זיי פירן א דאפלט לעבן, וואס דאס צעברעקלט זייער מאראל און פערזענליכקייט, און זיי האבן פיל קלענערע שאנסן צוריקצוקומען צו אידישקייט.

  6. ליבשאפט געווינט! פונקט ווי דער רבוש”ע נעמט אונז אן טראץ אונזערע שוואכקייטן, אזוי דארפן מיר פונקט אזוי אקצעפטירן אונזערע קינדער אויף אונזער שטייגער. מיר דארפן טון דאס בעסטע וואס ס’איז מעגליך פאר אונז – אבער דאס איבריגע איז נישט אין אונזערע הענט. אביסל ענווה וועט אונז נישט שאטן, מיר מעגן וויסן אז נישט אלעס איז אין אונזערע הענט, און אויך נישט אונזערע הצלחות.

אמאל האט א טאטע פון צוועלף קינדער געפרעגט הרב שטיינמאן זצ”ל, אויב ער זאל דערווייטערן פון שטוב א טאכטער וואס האט פארלאזט זייער דרך און פירט זיך נישט אויף צניעות’דיג. הרב שטיינמאן האט געענטפערט: “די איבריגע ברידער און שוועסטער קענט איר אוועקשיקן פון שטוב, אבער די טאכטער האלט אינדערהיים פאר יעדן פרייז – ווייל זי דארף דאס מערסטע אייער ליבשאפט”.

די רעאקציעס

דער פאוסט איז געליינט געווארן דורך צענדליגער טויזנטער מענטשן, און מיטגעטיילט געווארן טויזנטער מאל. אזוי אויך האבן הונדערטער צוגעשריבן זייערע באמערקונגען דערויף, דארונטער צענדליגער וועלכע טיילן מיט זייערע אייגענע ערפארונגען און באדאנקען זיך פאר הרב באָמבאַך. פאלגנד זענען עטליכע אינטערעסאנטע ציטאטן פון צווישן די באמערקונגען:

איך ארבעט (אלס סאושער וואורקער) מיט קינדער פון חרדישע שטיבער. עס זענען דא אזויפיל צעבראכענע קינדער פון גוטע שטיבער וואס די עלטערן זענען פארנומען אז מ’זאל נישט וויסן אז זיי עקזיסטירן. – י. איציק

איך האב געארבעט מיט יוגנטליכע פון חרדישע שטיבער. אזויפיל פון זיי זענען נעבעך פארלוירן געגאנגען ווייל זיי האבן מורא געהאט צוריקצוקומען אהיים און זענען אנגעקומען צום ערגסטן… – ט. משיח

איך האב צוויי קינדער וואס זענען געווארן פריי. איך גלייב אז אלעס איז לטובה. איך קען זאגן אז פון די אייניקלעך פון איינעם פון מיינע פרייע קינדער, זע איך דאס מערסטע נחת. – א. פראנק

עס קען זיין אז דעריבער האט מען מתקן געווען די ברכה ‘ברוך שפטרני’, אז עלטערן זאלן וויסן אז זיי האבן געטון זייערס און זיי דארפן לאזן די קינדער אליין זוכן זייער וועג צום רבוש”ע… – הרב א. האלאנדער

דער פאוסט האט מיר געברענגט מער ליבשאפט צו מיין מאמע וואס האט מיך אנגענומען און ליב געהאט וויאזוי איך בין… – א. ווייס

[פיל האבן אנגעוויזן אז צווישן די פעלער וואס ר’ מנחם דערמאנט אינעם פאוסט, זענען דא אזעלכע וואס זענען נישט געווארן פריי, נאר ווייניגער חרדיש.]


Image of a donosaur
פאדערשטע זייט פון מאָמענט #478, פר׳ כי-תשא תשפ״ד

רבי מנחמ׳ס פערספעקטיוו וואלט געווען ווילד פרעמד מיט עטליכע יאר צוריק, אבער ברוך השם אז היינט איז עס א נארמאלע זאך אז עלטערן שטעלן די ליבע צו זייערע קינדער אלס אן ערך בעפאר אלעם ולא עוד, זיי זענען שטאלץ דערמיט, טראץ דעם ווייטאג און צער. צוויי ביישפילן פון אזעלכע עלטערן קומען אין פארעם פון ניגונים:

״צעדים״, עקיבא

דער פאפולערער זינגער עקיבא האט ארויסגעגעבן א ניגון אינספירירט פון די עלטערן וועלכע האלטן אָן אן אהבה צו די קינדער כאטש די קינדער האבן אויסגעקליבן אן אנדער דרך החיים. דער מוזיק ווידעא פיגורירט חלי סוכות און איר פאטער מנחם, א היימישער גור׳ער אינגערמאן. אין די קאמענטארן אויף יוטיוב שרייבט איינע (אונטער איר אייגענעם נאמען):

זיי [די מענטשן אינעם ווידעא] זענען נישט קיין אקטיארן! דער טאטע איז א מעמבער אין א גרופע פון עלטערן וועלכע זענען אפגעפרעמדעט געווארן פון די קינדער אין וועלכע איך געפין זיך אויך. דאס איז זיין טאכטער מיט וועם ער האט באנייט קשר נאך לאנגע יארן…

והשיב, קשר נפשי

אין אמעריקע איז דא אן ארגאניזאציע וואס הייסט “קשר נפשי”, וועלכע איז געווידמעט צו מחזק זיין עלטערן פון אזעלכע קינדער. ביים פאריעריגן שבתון האט א איד, ר׳ הערשל ראזענבערג, זיך אויפגעשטעלט פארציילן זיין אייגענע דערפארונג מיט זיין זון יודי וואס איז ״אראפ פון דרך״ און איז דורך א תקופה פון אפפרעמדעניש. די עמאציאנעלע געשיכטע ענדיגט זיך מיט אן אומערווארטעטן רירנדן מאמענט ווען ר׳ הערשל רופט ארויף יודי צו זינגען מיט אים א ניגון וואס ער האט פארפאסט.

דער הארציגער ניגון, געזינגען מיט הארץ און געפיל דורך בערי וועבער און יודי ראזענבערג און פארפאסט דורך ר׳ הערשל, איז אויף די ווערטער ״וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים וְלֵב בָּנִים עַל אֲבוֹתָם״.