Ottoman Empire

די אטאמאנישע אימפעריע

אריינפיר 1

אין יאר רנ”ב האט דער שפאנישער קעניג פערדינאנד און די קעניגין איזאבעלא אונטערגעשריבן די גזירה פון ‘גירוש ספרד’, צווינגענדיג אלע אידן אין זייערע לענדער צו עוואקואירן ביז סוף יולי פון דעם יאר (ג’ אב). דער דעקרעט האט געברענגט צו א ברוטאלער ענדע דעם גלאררייכן קאפיטל פון ‘יהדות ספרד’ וואס האט זיך געצויגן פאר הונדערטער יארן. די צענדליגער טויזנטער פליטים האבן זיך פארשפרייט אין אלע ארומיגע לענדער; א גרויס חלק אינעם דערנעבנדיגן פארטוגאל וואו זיי זענען בלויז עטליכע יאר שפעטער געצוואונגען געווארן צו שמד, אנדערע האבן אויסגעוואנדערט אין די מאסן קיין מאראקא, איטאליע, און אפילו קיין פוילן און דייטשלאנד, אבער בעיקר האבן ארויסגעשיינט אלס מקום מקלט די לענדער פון דער אטאמאנישער אימפעריע.

Image of a donosaur

די פארשידענע לענדער צו וועלכע די מגורשי ספרד האבן אויסגעוואנדערט

דער סולטאן אין טערקיי, באיעזיד דער צווייטער, האט ברייט געעפנט די טויערן פאר די אידישע פליטים, האפנדיג מיט דעם אויפצולעבן די עקאנאמיע פון זיין לאנד, זיך אויסדרוקנדיג - ווי באקאנט2 - אז דער שפאנישער קעניג איז א נאַר פאר’ן לאזן די אידן אוועקגיין. און ווירקליך האבן די אידן נישט אנטוישט, און די קומענדיגע תקופה פון איבער הונדערט יאר איז געווען א גאלדענער קאפיטל פאר יהדות טערקיי. כאטש די שווערע וואנדערונגען האבן געברענגט אז די אידן זאלן זיך ווייניגער אינטערעסירן אין די וועלטליכע חכמות און שירים - נאר אנשטאט זיך אריינלייגן אין רוחניות, ברענגענדיג אן אויפשטייג פון קבלה און לימוד הלכה, בפרט ווען א גרויס טייל פון דער אמאליגער אידישער אריסטאקראטיע האבן זיך גע’שמד’ט און געבליבן אין שפאניע, דאך האבן נאך אלץ ארויסגעשיינט די גלענצנדע טאלאנטן פון די אידן וואס האבן זיך אויסגעצייכנט אין מסחר און רפואה דורכאויס פילע דורות.

Image of a donosaur
באיעזיד דער צווייטער

בחצר הסולטאן

אסאך פון די מגורשי ספרד זענען געווען דאקטוירים און געלערנטע לייט און האבן מיטגענומען זייערע קענטעניסן צו זייער נייער היים, שאפנדיג א נייע אידישע אריסטאקראטיע אין טערקיי. די ערשטע פון זיי זענען אהינגעקומען נאך אין די יארן בעפאר’ן גירוש צום הויף פונעם סולטאן מעהמעט דער צווייטער, וועלכער האט איינגענומען די שטאט קאנסטאנטינאפאל (שפעטער איסטאנבול) פון די ביזאנטן און עס פארוואנדלט אין דער טערקישער הויפטשטאט, אהינברענגענדיג פילע אידן און אנדערע פעלקער אין א פארזוך אויפצובליען די שטאט. ביי אים3 האט געדינט אלס דאקטער יעקב אפנדי (קצ-רמא) פון ווענעציע, וועלכער האט זיך שפעטער געטויפט צו איסלאם און איז אויפגענומען געווארן אלס וויזיר. ער איז באקאנט ביי די טערקן אלס “יעקב פאשא”4. ר‘אפרים ן’ שאנג’י5 (Sanchi) איז געווען א דאקטער ביים קעניג פון פארטוגאל פון וואו ער האט געמוזט אנטלויפן, און איז אויפגענומען געווארן אלס דאקטער ביים זעלבן סולטאן. זיין זון ר’ אברהם איז אויך געווען א הויף-דאקטער און משורר, און נאך אייניקלעך פון דער משפחה זענען געווען רופאים און משוררים.

Image of a donosaur
תורת ה׳

גאר בארימט איז געווען די מאכטפולע משפחת ‘המון’, וועמענ’ס זיידע ר’ יצחק המון איז געווען א דאקטער ביים הערשער פון גראנאדא, שפאניע. זיין זון, ר’ יוסף המון (רי-רעח), איז געווען דער לייב-דאקטער און יועץ פונעם סולטאן פאר 25 יאר. פיל מער מאכטפול איז אבער געווען זיין זון ר’ משה המון 6(רנ-שיד), וועלכער האט אין זיין אמט אלס הויפט-דאקטער ביים סולטאן סולימאן “דער גלענצנדער” (רפ-שכו) פארמאגט אויסערגעווענליכן איינפלוס אינעם קעניגליכן פאלאץ וואס ער האט אויסגעניצט לטובת זיינע אידישע ברידער אומעטום. ר’ משה איז געווען דער וויכטיגסטער דאקטער אין לאנד און האט געשריבן מעדיצינישע ביכער. זיינע קינדער האבן פאר לאנגע דורות פארמאגט ספעציעלע פריווילעגיעס, און געדינט אלס דאקטוירים און באאמטע בחצרות מלכים ושרים. זיין זון, ר’ יוסף השני (-שלז), איז געווען א רופא הסולטאן און א משורר און האט גע’שתדל’ט פאר דער קהילה אין סאלוניקי7.

Image of a donosaur
סולטאן סולימאן ״דער גלענצנדער״

די בארימטסטע הויף-אידן אין דער טערקישער אימפעריע זענען געווען דון יוסף נשיא8 (רפד-שלט) דער הערצאג פון נאקסוס, און זיין שוויגער, די וועלט-בארימטע רייכע פרוי דאנא גראציע נשיא (רע-שכט), וועלכע האבן אנגעפירט א וועלט-אימפעריע פון פארצווייגטע געשעפטן און בענק, און האבן פארמאגט אן אומגעהויערע השפעה אויפ’ן סולטאנ’ס פאלאץ. זייער געשיכטע פון זייערע וואנדערונגען און הצלחה זענען גוט באקאנט און ברייט באשריבן; זיי זענען פאר פילע יארן געדענקט געווארן צום גוטן פאר זייערע לייסטונגען פאר זייער פאלק. יוספ’ס אמט האט איבערגענומען דון שלמה בן יעיש (Abenaes, רפ-שסח)9, דער הערצאג פון מיטיליני. ער איז געווען פון די אנוסי פורטוגאל, און האט זיך צוריקגעקערט צו אידישקייט אין סאלוניקי. אדאנק זיין געוואלדיגער רייכקייט האט ער געהאט אומגעהויערן איינפלוס ביים סולטאן, וועלכער האט אים געשטעלט אויפ’ן פלאץ פון דון יוסף אלס הערשער פון טבריא און ער האט געפירט דיפלאמאטישע געשפרעכן מיט פילע לענדער.

Image of a donosaur
דאנא גראציע און דון יוסף נשיא

דער מאכטפולער הויף-דאקטער ר’ שלמה בן נתן אשכנזי (רפ-שסב) פון איטאליע, א גראדואנט פונעם אוניווערסיטעט אין פאדובה וועלכער האט פריער געדינט אלס דאקטער פאר’ן פוילישן קעניג, איז געווארן דער הויפט דיפלאמאט פון דער טערקישער אימפעריע צו ווענעציע און פון די גאר איינפלוסרייכע מענטשן אין לאנד. זיין ווייב בולא-אישקאטי האט נאך זיין טויט געדינט אלס דאקטער אין פאלאץ און פארמאגט פאליטישן איינפלוס10. אן אנדערע מאכטפולע פרוי איז געווען אסתר חנדלי (רצט-שנב), וואס האט געדינט אלס “קיירא” (אגענט און דאקטער פאר’ן סולטאנ’ס פרויען) און האט פארמאגט א השפעה אויף מלוכה ענינים. עס זענען באקאנט נאך עטליכע אידישע פרויען וואס האבן געדינט אויף דער פאזיציע11.

די אנוועזנהייט פון אידישע דאקטוירים אין פאלאץ איז געווען גאר גרויס, און ביים הויכפונקט, אין אנהייב פונעם 17’טן יאר-הונדערט, האבן זיי זיך געציילט ביי אזויפיל ווי 41 אידישע דאקטוירים קעגן 23 מוסולמענער!12 די אידן האבן זיך גאר שטארק אויסגעצייכנט אין חכמת הרפואה, מיטברענגענדיג פון שפאניע זייער באקאנטשאפט אין די ספרי החכמה און זייער באהאוונטקייט אין פילע שפראכן ווי לאטייניש, אראביש און לשה”ק וואס האט זיי געגעבן גרינגערן צוטריט צו די ספרי רפואה און נאטירליכע פילאזאפיע פון דער מערב-וועלט. ווי דער פראנצויזישער רייזנדער ניקולאס די ניקולאי פארציילט (שכח), זענען רוב דאקטוירים אין די לענדער פון דער אטאמאנישער אימפעריע געווען אידן, און זיי האבן אויסגעלערנט די חכמה פאר די טערקן. דאס זעלבע איז מיט אנדערע פאכן וואס זיי האבן מיטגעברענגט, ווי מאכן געווער, דרוקן ביכער, מסחר און פאעזיע13. פילע פון די דאקטוירים זענען געווען פון די חשובי העדה וואס האבן אנטייל גענומען אין דער קהילה ווירטשאפט, ווי עס ווערט דאקומענטירט אין די פילע ספרי שאלות ותשובות פון יענער תקופה.

ר’ אברהם ן’ מיגש איז געווען דער רופא הסולטאן און זיין מיליטערישער יועץ, באגלייטנדיג אים אויף זיינע מלחמות. ער האט געשריבן א ספר ‘כבוד אלקים’ אויף עניני חקירה און פילאזאפיע וואו עס דערקענט זיך זיין בקיאות בתורה ובחכמה14. ר’ משה בנבנשתי הרופא, פון דער חשוב’ער משפחת ‘בנבנשתי’ פון ספרד15, האט געדינט אלס דאקטער ביים סולטאן מוראד דער דריטער (שלד-שנה), און געווען גאר נאנט ביים גרויס-וויזיר סיוויס פאשא וואו ער איז געווען פארמישט אין אינטערנאציאנאלער דיפלאמאטיע. ער איז געווען א מחותן מיט פילע גדולי ישראל און זיידע פון באקאנטע גאונים16, צווישן זיי די בארימטע פוסקים ר’ חיים בנבנשתי בעל ‘כנסת הגדולה’ ואחיו ר’ יהושע בנבנשתי (שנ-תכה) מחבר פון ‘שדה יהושע’ אויף ירושלמי, וועלכער איז געווען א דאקטער, אסטראנאמער, פילאזאף, מדקדק און משורר. ר’ יהושע האט געלערנט חכמת הרפואה ביי ר’ יצחק קארו17, אן אייניקל פונעם בית יוסף, וועלכער איז געווען א דאקטער און מקורב למלכות.

ר’ משה עבאס איז געווען א גרויסער גאון בתורה, א גרויסער משורר, און אין א תשובה צום מהרש”ך18 דערציילט ער אז ער איז גערופן געווארן צו דינען אלס רופא המלוכה. מאנועל ברודא19 (רס-שמה) איז געווען פון די בני האנוסים דינענדיג אלס דאקטער אין לאנדאן און איטאליע, און האט שפעטער געדינט אלס רופא הסולטאן אין טערקיי וואו ער האט געלעבט אפן ווי א איד. ער האט פארפאסט מעדיצינישע ווערק און אנגעבליך א ספר אויף די טעמי המצוות.

אין די שפעטערדיגע יארן האבן אידן פארנומען סאך א קלענערע ראלע אלס דאקטוירים20 און בכלל אין דער קולטור, דאך געפינען מיר ר’ משה אמאראג’י, א דאקטער און מקורב למלכות ביי מוראד דער פערטער (שפג-ת). ר’ ישראל קוניאן (תי-תפ) פון איטאליע איז געווען א קעניגליכער דאקטער און דיפלאמאט צווישן טערקיי און ווענעציע. ר’ טוביה הרופא האט געדינט ביי פיר סולטאנען (זע מער איבער אים אין א קומענדיגן קאפיטל). ביי מוכאמאד דער פערטער (תח-תמז) האט געדינט אלס דאקטער משה בן רפאל אברבנאל (-תנב), וועלכער האט זיך געטויפט צו איסלאם און געווארן דער הויפט-דאקטער אין לאנד, שרייבנדיג עטליכע בארימטע מעדיצינישע ווערק. ער האט געדינט אלס איבערזעצער פאר שבתי צבי ביי זיין אויפטריט פאר’ן סולטאן.

אויך די הויפט מיניסטארן פון לאנד, די וויזירן און פּאשאס, האבן כסדר געהאט אידישע דאקטוירים. דער פאשא פון סאראיעווא (היינט באסניע) האט געהאט א דאקטער און באנקיר נפתלי בן מנצור. דניאל דע פאנסעקא (תלב-תצג), פון די אנוסי פורטוגאל, איז געווען א דאקטער און דיפלאמאט פאר’ן סולטאן און זיינע אייראפעאישע אליאירטע ביי זייערע מלחמות, און האט געפירט פילאזאפישע געשפרעכן מיט’ן בארימטן פראנצויזישן שרייבער ‘וואלטעיר’ וועלכער האט אים שטארק געשעצט טראץ וואס ער איז געווען אן עפנטליכער איד.

רבנים ודרשנים

די גוטע באציאונג פון די טערקישע פירער צו אידן האט געברענגט א ריזיגן וואוקס פון אידישע קהילות אין פילע שטעט איבער דער טערקישער אימפעריע, ווי די הויפטשטאט קאנסטאנטינאפאל, אנדריאנאפאל, סאלוניקי, סקאפּיא, ניקאפאל21, בורסא, ארטא, און שפעטער איזמיר, וואו עס האבן זיך געפינען טויזנטער אידן איינגעטיילט אין קהילות לויט די לענדער פון וואו זיי האבן געשטאמט - שפאניער, פארטוגעזער, איטאליענער, אשכנזים, און די ארגינעלע איינוואוינער. דער אידישער מסחר האט דארט געבליט, און אזוי אויך דער עולם התורה וואס האט ארויסגעגעבן הונדערטער באקאנטע רבנים און פוסקים, מחברים פון באוואוסטע ספרים.

כאטש די רבנים האבן זיך בעיקר אפגעגעבן מיט הלכה און קבלה, און דאס מציאות אז רבנים לערנען אויך חכמות חיצוניות איז געווארן פיל ווייניגער, דאך טרעפן מיר אז די פילאזאפישע ספרים זענען נאך געווען שטארק פארשפרייט אין די ערשטע צוויי דורות נאכ’ן גירוש ספרד צווישן די אינטעלעקטואלע שיכטן פון פאלק. פילע רבנים האבן געלערנט די ספרי חקירה פון די ראשוני ספרד, און אפילו די אריגינעלע ספרי הפילוסופים פון די חכמי האומות. דער ערשטער הויפט-רב אין טערקיי איז געווען ר’ משה קפשאלי (קפ-רנה), וואס איז שטארק געשעצט געווארן דורכ’ן סולטאן און ער האט האט אים געזעצט נעבן די קריסטליכע און מוסולמענישע הויפט-גייסטליכע22. ר’ אליהו מזרחי (קצה-רפו), זיין ממלא מקום, איז וועלט בארימט מיט זיין גאונ’ישן פירוש אויף רש”י, ער האט אבער אויך געקענט פילע אנדערע חכמות23. ער האט געשריבן א ספר ‘מלאכת המספר’ אויף מאטעמאטיק; ‘צורת הארץ’ אויף געאגראפיע; א פירוש אויף ‘אלמאגעסט’ - דער פונדאמענטאלער ספר אויף אסטראנאמיע פון תלמי; און א פירוש אויף די כתבים פונעם מוסולמענישן טעאלאג און פילאזאף אל-גאזאלי. ער פארציילט אויך ווי ער האט געלערנט מיט זיינע תלמידים אין ישיבה24 די חכמות חיצוניות25.

דער גאון און פוסק ר’ שלמה לבית הלוי (הזקן, רצב-שס) האט געשטאמט פון א חשוב’ער משפחה פון רבנים ורופאים גולי ספרד26. ער איז געווען דער רב און דאקטער פון צוויי קהילות אין סאלוניקי. ער האט אסאך עוסק געווען אין חכמת הטבע און פילאזאפיע וואס ער ברענגט כסדר אין זיינע פילע ספרים27, און האט אויף פארפאסט שירים. פון דער זעלבער משפחה איז אויך געווען דער גאון ר’ יעקב ישראל לבית הלוי (שכה-שצו), מחבר פון שו”ת מהר”י לבית הלוי, וואס איז געווען א רב, און שפעטער א סוחר און מקורב למלכות אין גריכלאנד און איטאליע. ער האט צווישן אנדערע איבערגעזעצט דעם איסלאמישן ‘קוראן’ צו לשה”ק28. ער און אנדערע פילאזאפן האבן געלערנט חכמה פונעם פילוסוף ר’ דוד ן’ שושן פון סאלוניקי29, אויף וועמען מען פארציילט אז צוליב זיין גרויס קלוגשאפט פלעגן אפילו די טערקן קומען צו אים ער זאל לערנען מיט זיי די איסלאמישע געזעצן און אנדערע חכמות. ר’ משה אלמושנינו (רעו-שמ) איז געווען א באקאנטער פוסק, דרשן און פילאזאף אין סאלוניקי. אין זיינע פילע ספרים און דרשות ציטירט ער כסדר עניני חכמה ומדע פון די אידישע און אלגעמיינע פילאזאפן30 און לאזט זיך אריין אין לענגערע פילאזאפישע חקירות. ער האט אויך געשריבן א פירוש אויף די כתבים פון אריסטו און אל-גאזאלי, א ספר אויף הנהגת החיים וואס איז פארטייטשט געווארן אויף לאטייניש, א היסטאריע אויף דער טערקישער אימפעריע, א באשרייבונג אין לאדינו אויף דער גרויסער שטאט קאנסטאנטינאפאל, און א ספר אויף חלומות. אויך האט ער ערצייגט אסטראנאמישע אינסטרומענטן.

ר’ משה אלבילדה (רס-שמג), אן אנדערער גרויסער דרשן און מחבר פון אסאך ספרים, האט גוט געקענט די ספרי פילאזאפיע וואס ער ברענגט אסאך אין זיינע ספרים. ער האט פארפאסט א פירוש אויף מורה נבוכים און אויף די שריפטן פון אריסטו. אפילו דער גרויסער גאון ומקובל ר’ יוסף טאיטאצאק (רכה-שו), פון די גרעסטע פוסקים אין זיין צייט31 און רבי פון פילע מקובלים, האט געקענט די חכמות און ער ציטירט אסאך אין זיינע ספרים פון מו”נ ורלב”ג, אריסטו, טאמאס אקווינאס, און די רוימישע שרייבער אגידיוס און בואתיוס. און אזוי אין כמעט אלע ספרי דרוש פון יענער תקופה ווערן אראפגעברענגט ענייני חכמה ומחקר, כאטש בעיקר ציטירן זיי שוין צווייטהאנטיג פון די פריערדיגע ספרים. א ביישפיל זענען די דרשות פון ר’ יצחק אדרבי (רפ-שלז) וואו ער ציטירט אסאך חקירות פון עקידה און זיין זון ר’ מאיר עראמה32. אויך ר’ יצחק ן’ ארויו אין זיין ספר ‘תנחומות אל’ און דער מהרשד”ם (ר’ שמואל די מודינה [רסו-שנ], פון די גדולי הפוסקים) אין זיין ספר ‘בן שמואל’ ברענגען אסאך מו”נ, עיקרים, עקידה און בחינת עולם. דער גרויסער פוסק מהראנ”ח33 ציטירט אויך גאר אסאך פון זיי אין זיינע דרשות ‘הנותן אמרי שפר’. ר’ אהרן ן’ חיים (שטו-שצב), מחבר פונעם באקאנטן פירוש ‘קרבן אהרן’ אויף ספרא, איז מאריך בעניני חקירה אין זיין ספר ‘לב אהרן’ אויף נ”ך. אויך דער מהרי”ט, ר’ יוסף טראני (שכח-שצט), ברענגט אין זיינע דרשות ‘צפנת פענח’ גאר אסאך פון די אידישע און אלגעמיינע פילאזאפן און חכמי הטבע. ר’ שמואל יפה-אשכנזי (רפה-שנה) אין זיין ריזיגן חיבור ‘יפה תואר’ אויפ’ן מדרש, לאזט זיך אריין אין לענגערע שמועסן איבער די רייד פון די פילאזאפן וחכמי הנוצרים34. אפילו ר’ יצחק יעבץ הרופא, אן אייניקל פונעם קנאי ר’ יוסף יעב”ץ, ברענגט דעם אראבישן דאקטער ‘אבן סינא’ אין זיינע ספרים.

דאס דערקענט זיך אויך אין די ספרים וועלכע זענען געדרוקט געווארן אין טערקיי דורך די פילע דרוקערייען וואס האבן זיך דארט געווירבלט35, א שטייגער ווי דרך אמונה פון ר”א ביבאגי (רפא), ספרי אבן עזרא ורד”ק, חובות הלבבות (שי), אמונות ודעות (שכב), מאמר תחיית המתים להרמב”ם (שכט); פארשידענע ספרי שירה פון שפאניע און איטאליע ווי מחברות עמנואל (רצה), שעשועים (שלז), מנחת יהודה שונא הנשים (שג), תחכמוני (שלח), בן המלך והנזיר און משלי סנדבאד (רעח-ו, איבערזעצונגען פון אינדיאנער ראמאנען), און דאס בוך ‘אמאדיש די גאולא’ (שא), וואס איז אן איבערזעצונג פון די ריטערליכע נאוועלן36 וועלכע זענען געווען פארשפרייט אין אייראפע. אין סאלוניקי זענען געדרוקט געווארן ספר העיקרים (רפ), עקידה (רפב), ספר הגדרים (שכז), און נאך.

אסאך פון די מדפיסים זענען געווען געלערנטע מענטשן וואס האבן דירעקט אויסגעקליבן די סארט ספרים, ווי דער באקאנטער דרוקער פון איטאליע ר’ גרשום שונצינו וועלכער האט פארמאגט א ספעציעלן אינטערעס אין ספרי שירה וחכמה און האט דאס ממשיך געווען אויך נאכ’ן אריבערציען זיין דרוקעריי קיין טערקיי. דער דרוקער ר’ שמואל שולם (רנ-שב) איז געווען אן אסטראנאמער און דאקטער, און האט געדרוקט דעם היסטאריע-ספר ‘יוחסין’ מיט פילע אייגענע הוספות. הרופא ר’ שלמה אלמולי37 האט געדרוקט זיינע פילע ספרים אויף שירה, דקדוק, חלומות, פילאזאפיע און חקירה אין קושטא, אינאיינעם מיט די ספרי רד”ק ואבן עזרא.

חכמות חיצוניות

ווי פארשטענדליך איז נישט יעדער געווען איינשטימיג מיט’ן לערנען חכמות חיצוניות, און נאכ’ן גירוש הערן מיר פיל שטערקער דאס התנגדות דערצו פון די מגורשי ספרד, ווי ר’ יוסף יעב”ץ און אנדערע, וועלכע טענה’ן אז די חכמות חיצוניות האבן געברענגט אז אידן זאלן נישט עומד זיין בנסיון38, און אזוי אויך פון די אריגינעלע איינוואוינער פון גריכלאנד און טערקיי וועלכע האבן נישט געזען מיט א גוט אויג די נייע סארט שיטות און קולטור פון די ספרדים. דער גרויסער פוסק ר’ דוד הכהן, דער רד”ך 39(רכה-רצ), האט טענות אויף די נייע אימיגראנטן פון שפאניע מיט זייערע פילאזאפיעס, און ר’ דוד מסיר ליאון – אליין א שטיקל פילאזאף – האט אויך געפירט א מערכה מיט די גולי ספרד פאר זייער ראדיקאלער פילאזאפיע. אין פילע ספרים פון דער תקופה טרעפן מיר באווייזן איבער די ויכוחים וואס האבן זיך אפגעטון ארום דעם נושא: דער גאון ר’ אליהו הלוי אין א תשובה (שו”ת זקן אהרן כ”ה) טוט שארף פארדאמען איינעם וואס רופט די פילאזאפן “אפיקורסים”, אנווייזנדיג אויף די לאנגע רייע פון אידישע פילאזאפן און די פילע מקורות אין תלמוד אז מען מעג עוסק זיין בחכמה, כאטש ער אליין האט נישט געלאזט זיינע תלמידים דאס טון ווייל “נתמעטו הלבבות”40. דער גאון און פוסק ר’ משה אלאשקר האט אפגעשריבן א לענגערן קונטרס אפצוענטפערן די טענות פונעם ‘ספר האמונות’ אויפ’ן רמב”ם און זיין פילאזאפיע (כאטש אין טייל איז דאס באזירט אויף דער לעגענדע אז דער רמב”ם האט בסוף ימיו “איינגעזען” זיין טעות41).

דער חכם ר’ מנחם די לונזאנו (שי-שפו) פון קושטא-ירושלים, איז גאר ארויסגעקומען מיט א שארפער אטאקע קעגן די ראשונים וואס האבן עוסק געווען בחקירה, ווי דער רמב”ם און חובות הלבבות42, כאטש ער אליין איז געווען א גאר געלערנטער מענטש, א רופא, מדקדק ומשורר, און געקענט פילצאליגע שפראכן ווי עס דערקענט זיך אין זיין ספר ‘המעריך’ אויפ’ן ערוך וואו ער איז מסביר די פילע גריכישע און רוימישע ווערטער אין גמרא מיט א געוואלדיגן בקיאות.

דורכאויס די נאכפאלגנדע יארן האבן די הלכה און קבלה ביסלעכווייז איבערגענומען דעם פלאץ פון חכמות חיצוניות און די זאכן זענען געווארן אלץ ווייניגער און זעלטענער אין די אידישע ספרים, און מער און מער הערן מיר דעם קול וואס ווארנט אז מען זאל זיך היטן פון דער סכנה וואס ליגט דערין. אפילו פון מחברים וועלכע האבן יא געקענט די חכמות, זענען זיי אבער מסכים אז לימוד התורה איז דער עיקר און די חכמות, בעיקר פילאזאפיע, ברענגט נישט קיין גוטס.

סאלוניקי

Image of a donosaur
בית הכנסת בסאלוניקי

די שטאט סאלוניקי (גריכלאנד) איז באזונדער אויסגעשטיגן אלס א ווירבלענדער אינטערנאציאנאלער צענטער וואו טויזנטער אידן פון פארשידענע לענדער האבן געלעבט אין אירע פילצאליגע קהילות, און די שטאט איז פאר לאנגע יארן געווען דער צענטער פונעם אידישן לעבן אין דער אימפעריע. אירע פילצאליגע ישיבות זענען גאר בארימט43 און אזוי אויך דער “תלמוד תורה הגדול” - פון די ערשטע אין אייראפע וואס האבן איינגעפירט קלאסן און א סדר הלימוד פאר די קינדער. דער מוסד האט אויך פארמאגט פארשידענע ארגאניזאציעס פאר צדקה וחסד, און א קליידער פאבריק, א דרוקעריי און א שפיטאל. צווישן די מצבות פון דער שטאט געפינען מיר פילע וועלכע ווערן באטיטלט אלס “הרופא המובהק”44, ווי צב”ש ר’ שלמה קבאליירו (רצ) פון די חשובי העדה, און ר’ יצחק אברבנאל פון דער באקאנטער ‘אברבנאל’ משפחה45.

Image of a donosaur
אידן אין סאלוניקי

די דאקטוירים אין סאלוניקי האבן געהאט א גוטן נאמען, און פון ווייטע ערטער איז מען געקומען אהין זיך היילן46. אין א געוויסן מחזור טרעפן מיר א קינה אויף די דארטיגע דאקטוירים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען ביי א מגיפה: “כן היו שלמים שלמו נפשם בענינים, כמו רופאים זקנים בידיעות כל ובשנים, כגאליינוס בקיאים הם כבן סינא ואומנים, ליעף נתנו כח ורב עצמה לאין אונים”47. דער בארימטער דאקטער אמאטוס לוזיטאנוס (זע פריערדיגע קאפיטל איבער אים) האט דארט געוואוינט בסוף ימיו, און איז געווען באפריינדט מיט די ארטיגע חכמים, צווישן זיי דער חכם ר’ אהרן עפיא, א געוועזענער אנוס, וועלכער איז געווען א דאקטער, מאטעמאטיקער און פילאזאף - דער רבי פון אסאך אידישע פילאזאפן אין שטאט.

Image of a donosaur

אידישער דאקטער אין טערקיי אין א בוך פונעם רייזנדער ניקולאס די ניקולאי - אנגענומען צו זיין ר’ משה המון רופא הסולטאן

ר‘ תם ן‘ יחייא (רלה-שב), פון דער בארימטער משפחה ‘אבן יחייא’, איז געווען דער רב אין סאלוניקי און מחבר פון שו”ת ‘אהלי תם’. ער האט געדינט אלס רופא הסולטאן, און די מוסולמענישע שופטים פלעגן זיך קומען באראטן מיט אים צוליב זיין באקאנטשאפט אין די געזעצן48. אויך זיין זון ר’ יוסף האט געדינט אלס דאקטער ביים סולטאן, און איז אומגעקומען ביים באגלייטן דעם סולטאן סולימאן אין קריג (תלג). די משפחה האט ארויסגעגעבן נאך פיל דאקטוירים און רבנים; ר’ תמ’ס אייניקל, ר’ משה, האט זיך בארימט געמאכט ביי א מגיפה אין קושטא וואו ער האט ארויסגעהאלפן סיי פינאנציעל און סיי אלס דאקטער. זיין זון ר’ גדלי’ ן’ יחייא האט פארמאגט א שטארקן אינטערעס אין אידישער שירה, און האט געגרינדעט א “בית המדרש לשירה”49 אין סאלוניקי אין וועלכן עס האבן זיך באטייליגט צענדליגער משוררים, פערזענליך אדער שריפטליך, פרובירנדיג נאכצומאכן און אנהאלטן די מסורה פון די משוררי ספרד. צווישן זיי זענען געווען די בארימטע משוררים פון דער תקופה, ווי ר’ יהודה זארקו50, ר’ סעדיה לונג’ו51, ר’ ניסים שאנג’י, ר’ יצחק עוזיאל, ר’ ישראל נג’ארה און נאך פילע52.

צווישן די חשוב’ע משפחות אין סאלוניקי איז געווען די משפחה פונעם שר ורופא ר’ פרחיה הכהן פון איטאליע, ראש ישיבה אין סאלוניקי. זיין זון, ר’ דניאל הכהן, האט געדרוקט דעם ספר ‘שארית יוסף’ אויף חכמת העיבור אינאיינעם מיט אן איבערזעצונג פון די אסטראנאמישע טאוולען פון ר’ אברהם זכותא און זיין תלמיד יוסף ויזינו53. אן אנדערער זון, ר’ משה הכהן, איז געווען א דאקטער אויף וועם מען זאגט אז ער האט געהיילט דעם סולטאן. זיין זון ר’ אברהם איז געווען א רופא מובהק און ראש ישיבה, און געשעצט אפילו ביי די גוים פון שטאט. ר’ אברהם מלמד איז געווען א רב ופוסק און רופא “כולל בחכמות”, זיין קרוב, הרופא ר’ שם טוב (שנ”ו, בן הרופא ר’ יעקב) מלמד, איז געווען א רב ומחבר ספרים54 און דער טאטע פונעם גרויסן גאון ופוסק ר’ מאיר מלמד בעל ‘משפט צדק’. ר’ מרדכי מטלון איז געווען א פוסק וראש ישיבה55 וואס האט עוסק געווען בחכמות חיצוניות. דער היסטאריקער ר דוד קונפורטי (שעח-תמה) אין זיין ספר ‘קורא הדורות’ רעכנט אויס נאך א לאנגע רשימה פון רבנים וועלכע זענען היינט אומבאקאנט, וואס האבן חוץ פון תורה אויך געקענט חכמות חיצוניות און רפואה56. פון די שפעטערדיגע רבנים איז געווען דער גאון ר’ יהודה חנדלי (-תכ) וואס איז געווען א דאקטער און באהאוונט אין פילאזאפיע57. דער גאון ופוסק ר’ ברוך אנג’יל (שנה-תל) איז געווען “כולל בחכמות”58.

מצרים, סיריע, און ארץ ישראל

אין די צייטן וואס די שאאיטישע ‘פאטימישע דינאסטיע’ האט געהערשט אויף מצרים און דעם מיטל מזרח האבן אידן דארט געלעבט פארהעלטניסמעסיג רואיג, און אידישע דאקטוירים זענען געווען חשוב און אנגענומען אין קעניגליכן פאלאץ59. ווען די סונישע ‘מאמלוך דינאסטיע’ (ה’י-רעז) האט איבערגענומען האט זיך אנגעהויבן א רעאקציע צו נישט-מוסולמענער, און אידן זענען געווארן דערנידערט און גע’רודפ’ט. מיט דעם אלעם, כאטש זיי האבן אפיציעל נישט ערלויבט קיין אידן צו דינען אלס דאקטוירים, האבן טייל מיניסטארן נאכאלץ געזוכט זייער דינסט און עס זענען אפילו דאקומענטירט געוויסע אידישע דאקטוירים ביים סולטאן60. אזוי אויך האבן זיי אנגעהאלטן דעם אמט פון ‘נגיד’ פאר’ן ראש היהודים, וואס האט אנגעהאלטן ביז די טערקן האבן איבערגענומען61.

אין די גרויסע שטעט קאירא און אלכסנדריא האבן געלעבט בליענדע אידישע קהילות פון “מוסתערבים” (אריגינעלע איינוואוינער) נאך בעפאר די גולי ספרד האבן דערגרייכט אהין. צווישן די רבני מצרים זענען בארימט די משפחת ‘סכנדרי’. ר’ יוסף סכנדרי און זיין זון ר’ אברהם האבן געדינט אלס רבנים און דאקטוירים צוגלייך. ר’ אברהמ’ס זון ר’ אלעזר איז געווען דער דאקטער און פינאנץ מיניסטער פון גרויס-וויזיר סינאן פאשא, און דער אידישער פירער. נאכ’ן ווערן פארמישט אין דיפלאמאטישע אינטריגעס אין טראנסילוואניע איז ער ערמארדעט געווארן. זיין זון ר’ אברהם איז געווען פון די גרעסטע רבני מצרים62, א ראש ישיבה, פוסק און מקובל. בכלל טרעפן מיר פילע דאקטוירים וואס האבן פארנומען חשוב’ע ערטער אינעם קהילה לעבן. דער באקאנטסטער פון די דארטיגע גאונים איז געווען דער רדב”ז, ר’ דוד בן זמרא (רלט-שלד), זיין בקיאות אין פילע חכמות דערקענט זיך אין זיינע טויזנטער תשובות63.

אין ארץ ישראל האט נאכ’ן גירוש אויפגעבליט א ריזיגע קהילה פון יוצאי ספרד, בפרט אין דער באקאנטער שטאט צפת. דארט האט געלעבט דער גרויסער מקובל ר’ משה קורוביארו, דער רמ”ק (רפב-של), וועמענ’ס שיטה אין קבלה איז גאר טיף און האט געהאט א שטארקן איינפלוס אויף די שפעטערדיגע מקובלים. זיינע ספרים - וועלכע זענען כמעט אומגלויבליך מיט זייער צאל און טיפקייט - אנטהאלטן די יסודות פון חכמת הקבלה אוועקגעשטעלט אויף א סיסטעמאטישן גאנג, קאפירנדיג אסאך פונעם מהלך און תוכן פון די פילאזאפן, בפרט פונעם מורה נבוכים וואס ער ציטירט אסאך. כאטש ער נעמט נישט אן גאר אסאך פון די פילאזאפן, זייענדיג א מקובל, טוט ער אבער אין פילע פלעצער אויסלויבן זייער צוגאנג צו חקירה און טייל פון זייערע מסקנות ווי הרחקת הגשמות. אזוי אויך ברענגט ער אנדערע סארט חכמות, ווי אנאטאמיע און אסטראנאמיע, און זיין שיטת הקבלה ווערט באטראכט צו זיין דאס נענטסטע צו פילאזאפיע64. נאך אים האט אבער אויפגעשיינט דער שטערן פונעם אריז”ל (רצד-שלב) וועמענ’ס קבלה איז שוין פיל ווייניגער ראציאנאל, און האט איינגענומען די קבלה-וועלט אויף שטענדיג.

כאטש די מקובלים האבן אייביג אפגעווייכט פון חכמות חיצוניות, און בפרט די מקובלי צפת וועלכע זענען אין אלגעמיין שארף קעגן פילאזאפיע65 - געפינען מיר דוקא צווישן דעם ערשטן דור פון תלמידי האר”י אזעלכע וואס האבן עוסק געווען בחכמות. ר’ ישראל סרוג, וועלכער איז ארומגעפארן איבער אייראפע פארשפרייטן די תורה פונעם אר”י, האט געקענט פילאזאפיע און פלעגט מסביר זיין קבלה עפ”י פילאזאפיע זאגנדיג אז באמת איז נישט דא קיין חילוק צווישן זיי. אפילו דער גרויסער תלמיד פונעם אר”י, ר’ חיים ויטאל (שג-שפ), האט פאר א לאנגער תקופה שטודירט די חכמה פון אלכעמיע66 און ברענגט אין זיינע ספרים ענייני פיזיק וואס ער האט דורכדעם באקענט67. אויך האט ער פארפאסט א ספר התכונה אויף אסטראנאמיע און א כתב יד אויף פארשידענע חכמות און מעדיצין68. זיין זון ר’ שמואל ויטאל (שנח-תלז) האט געשריבן א ספר ‘תעלומות חכמה’ אויף סגולות און רפואה און חכמת התכונה69. דער מקובל ורופא מובהק ר’ יעקב צמח (-תכז) האט געשטאמט פון די אנוסים און האט שטודירט אין זיין יוגנט די חכמות, ער איז געווען דער דאקטער פונעם הערשער אין צפת. דער גאון ר’ אליעזר בן ארחא, דער רב פון חברון, איז געווען א זון פון א תלמיד האר”י, ער איז געווען א רופא מובהק און דאקטער פונעם ארטיגן הערשער. אין חברון האט געלעבט דער מקובל ר’ אברהם אזולאי (של-תד) בעל ‘חסד לאברהם’, זיידע פונעם חיד”א, וועלכער פארציילט וויאזוי ער האט יונגערהייט אין מאראקא געלערנט פילאזאפיע אינאיינעם מיט קבלה, אזויווי די וואס האלטן אז מען דארף נישט אפווארפן פילאזאפיע אינגאנצן. שפעטער האט ער זיך דערווייטערט פון פילאזאפיע, אבער ער ברענגט נאך אין זיינע ספרים פילע ענייני חכמה וחקירה, בפרט אין זיין ספר ‘בעלי ברית אברם70’.

די מקובלים האבן איינגעפירט פארשידענע צוזאמקומען באגלייט מיט שירה און געזאנג, ווצב”ש קבלת שבת און תיקון חצות. צו דעם צוועק האבן זיי פארפאסט גאר הארציגע פיוטים פול מיט רגש און אויסדרוקן פון ליבשאפט צו דער שכינה71. עס זענען באקאנט די שירים פון אריז”ל אויף שבת72, ‘לכה דודי’ פון ר’ שלמה אלקבץ, און ‘ידיד נפש’ פון ר’ אלעזר אזקרי. מער פון זיי האט געטון דער בארימטער משורר ר’ ישראל נג’ארה (א זון פון א תלמיד האר”י), וועלכער האט פארפאסט זיינע שירים אויפ’ן טאן פון די טערקישע מוזיק, צושרייבנדיג ביי יעדן שיר מיט וועלכן ניגון עס קומט צו געזינגען ווערן. זיינע שירים דריקן אויס טיפע אהבה געפילן צו דער שכינה, בארגנדיג אפילו די טערקישע ווערטער פון ליבשאפט וועלכע ער דרייט קינצליך אויס צו לשון הקודש73.

פון די באקאנטע גאוני צפת איז געווען דער גאון ר’ משה טראני, דער מבי”ט (רסה-שמה). אין זיין ספר ‘בית אלקים’ האט ער א באזונדערע אפטיילונג מיט’ן נאמען ‘שער היסודות’ וואו ער טוט באריכות אראפברענגען די ענייני חקירה פון מורה נבוכים און ספר העיקרים, און שמועסט אויס זייער מהלך אז עס איז א מצוה צו חוקר זיין די עיקרי אמונה. ער ווארפט דאס נישט אפ אינגאנצן, נאר פארבאט אריינצוגיין צו טיף דערין. אין ירושלים האט געוואוינט דער גרויסער גאון ר’ לוי ן’ חביב (רמ-שא) פון די יוצאי ספרד, מחבר פון שו”ת מהרל”ח, וועלכער האט גוט געקענט פילע חכמות ווי אסטראנאמיע און חשבון און האט פארפאסט א פירוש אויף הלכות קידוש החודש להרמב”ם74.

דער גאון ר’ ישראל יעקב חאגיז (שפ-תלד), מחבר פון ‘הלכות קטנות’ און אנדערע באקאנטע ספרים, איז געבוירן אין מאראקא און אויפגעוואקסן אין איטאליע. זייענדיג אין ליווארנא (איטאליע) האט ער באטראכט די ארטיגע תלמוד תורה מיט איר מייסטערהאפטיגן סדר, א זאך וואס איז געווען א חידוש בימיו, און ער האט דערנאך אויפגעשטעלט א ישיבה אין ירושלים מיט אן ענליכן סדר פון כיתות און א באשטימטן סדר הלימוד וואס האט אריינגענומען חשבון און לשונות לעז - אזוי פארציילט זיין מחותן, דער רופא מובהק און חכם וגאון ר’ רפאל מרדכי מלכי75, וועלכער האט שפעטער פרובירט דאס נאכאמאל איינצופירן. ר’ רפאל’ס איידעם - און זון פון ר”י חגיז - איז געווען דער גאון ומקובל און באקאנטער לוחם קעגן שבתאות ר’ משה חגיז (תלב-תקי) מחבר פון ‘משנת חכמים’, וועלכער האט גערעדט עטליכע שפראכן און האט פארמאגט א ברייטע ידיעה בחכמות העולם. אין די יארן וואס ער האט זיך אויפגעהאלטן אין אמסטערדאם האט ער פארפירט שמועסן מיט דעם העברעאיסט קריסטיאן וואלף וועם ער ברענגט אין זיין ספר. ער שמועסט דארט אויס די וויכטיגקייט פון קענען די חכמות חיצוניות, און אפילו חקירה, צו האבן א שטערקערע אמונה76. ר’ רפאל מרדכי איז אויך געווען דער שווער פון הגאון ר’ חזקיהו די סילוה בעל ‘פרי חדש’, וועמענ’ס זון, ר’ דוד די סילוה (תמד-תק), איז ווי זיין זיידע געווען א רב און דאקטער אין ירושלים און האט פארפאסט א ספר אויף חכמת הרפואה77.

אנדערע דאקטוירים וואס האבן געוואוינט אין ירושלים זענען געווען ר’ דוד ן’ שושן (רפב-רצו), דער ראש ישיבה און דיין פון דער ספרד’ישער קהילה נאכ’ן גירוש78. אינעם ספר ‘חרבות ירושלים’ - וואס דערציילט די צרות וואס די אידן האבן מיטגעמאכט בשנת שפא דורכ’ן ארטיגן הערשער וועלכער האט ארעסטירט פילע חשוב’ע אידן אין שפיץ פונעם של”ה - ווערן דערמאנט עטליכע דאקטוירים פון די חשובי העדה: ר’ יעקב אבוהב, ר’ יעקב בן עמרם דער פרנס הקהילה, ר’ שמואל הלוי וועלכער איז געווען דער דאקטער פונעם ארטיגן פאשא און האט געשתדל’ט ביי אים, און נאך. אין די שטאטישע דאקומענטן ווערן דערמאנט נאך פילע דאקטוירים, טייל פון זיי זענען געקומען פון אויסלאנד, און זיי האבן באדינט אויך די אנדערע רעליגיעס און זענען געווען פון די נכבדי העדה. זיי זענען געגאנגען מיט א ספעציעלן לבוש און רויטן הוט, און די רייזנדע לויבן זיי אויס פאר זייערע קענטעניסן79. אידישע רייזנדע קיין סיריע דערמאנען הרופא ר’ יצחק חבר, וואס פלעגט פארלערנען רמב”ם און פלעגט אויסשטעלן א לוח יעדעס יאר און שיקן קיין צפת.

אין קומענדיגן קאפיטל וועלן מיר באטראכטן די קהילות פון יוצאי ספרד וואס האבן זיך באזעצט אין מערב אייראפע; די גלאררייכע קהילות פון אמסטערדאם, האמבורג, לאנדאן און נאך - בעפאר מיר דרייען זיך ענדליך צוריק צו די בני אשכנז ופולין אין קומענדיגע ארטיקלען.

נאטיצן

  1. מקורות כלליים: גרץ-שפ”ר, דברי ימי ישראל. ש”א רוזאניס, דברי ימי ישראל בתוגרמה. הנ”ל, קורות היהודים בתורכיה וארצות הקדם. ר’ נפתלי יעקב הכהן, אוצר הגדולים. חיד”א, שם הגדולים. ר’ יחיאל היילפרין, סדר הדורות. ר’ דוד קונפורטי, קורא הדורות. י”ד אייזנשטיין, אוצר ישראל. ש.י. פין, כנסת ישראל. ויקיפדיה. מחקריו של יוסף הקר ועוד. Jewish encyclopedia. Jewish virtual library. Encyclopedia.com. Wikipedia.

  2. עמנואל אבוהב Nomologia.

  3. ביי זיין טאטן מוראט דער צווייטער (קפא-ריא) איז געווען א געוויסער דאקטער יצחק פאשא, וועלכער איז באטיטלט געווארן “גאלען” על שם דעם גרויסן רוימישן דאקטער. זע אפרים ווסט, אלישע היווני, פעמים 41, איבער אן אומבאקאנטן חכם מיט’ן נאמען ‘אלישע’ וואס האט געלעבט ביים אנפאנג פון דער טערקישער הערשאפט, און זיין ספר ‘מפתח הרפואה’ אויף מעדיצין איז געווען שטארק פארשפרייט אינעם מיטלאלטער (ווערט צווישן אנדערע ציטירט דורך ר’ חיים ויטאל). עס איז מעגליך אז ער איז דער זעלבער ווי א געוויסער אלישע וואס האט זיך געדרייט ביים סולטאן, און וועמענ’ס פילאזאפיעס האבן געהאט א חלק אין אנהייבן די רענעסאנס עפאכע, דורך זיין תלמיד פליתון (Pletho). ער איז באשולדיגט געווארן אין כפירה און דאס איז מעגליך די סיבה פארוואס ער איז פארגעסן געווארן.

  4. טייל פון זיינע קינדער זענען אבער געבליבן אידן און האבן פארמאגט פריווילעגיעס אלס בני משפחה פונעם וויזיר (זע שו”ת מהרשד”ם חו”מ שס”ד). איליא (אליה) בן אברהם אל-יאהוד איז געקומען פון שפאניע און האט זיך געטויפט צו איסלאם. ער איז באשטימט געווארן אלס הויפט-דאקטער דורכ’ן סולטאן ביי א מגיפה. ער האט געשריבן ביכער אויף רפואה, אסטראנאמיע און קעגן אידישקייט.

  5. Myron M. Weinstein, The Correspondence of Dr. Abraham Ibn Sanchi, Studies in Bibliography and Booklore Vol. .20 פון זיינע אייניקלעך איז דער חכם ר’ אליעזר שנגי מח”ס דת ודין.

  6. ער האט פארפאסט א בוך אויף דענטיסטרי (ציין היילונג) אין טערקיש. זיין מאכט איז געווען גאר שטארק באקומענדיג א ספעציעלע ערלויבעניש צו בויען א פראכטפול פיר-שטאקיג הויז אין קאנסטאנטינאפאל.

  7. אין א דרשה פון ר’ משה אלמושנינו לויבט ער אויס ר’ יוסף המון (השני) פאר זיין ראלע אין שאפן די נויטיגע פריווילעגיעס פאר די אידן דורכ’ן סולטאן, אינאיינעם מיט אנדערע רופאי המלוכה צווישן זיי ר’ יהודה די שיגורא (מאמץ כח, דרש א). ר’ יהודה המון (-תד) ב”ר יצחק ב”ר יוסף השני איז געווען א רופא החצר אין א שפעטערן דור, אזוי אויך דער גרויסער משורר ר’ אהרן המון. אין די דאקומענטן ווערט דערמאנט א געוויסער דאקטער ‘יצחק’ וואס האט געהאט א שטארקע ראלע אין העלפן אנקניפן די באציאונגען צווישן טערקיי און פראנקרייך אין יאר ש”מ; לויט געוויסע איז דאס ר’ יצחק המון.

  8. דער משורר ר’ יצחק עונקינירה, וועמען דון יוסף האט אויסגעהאלטן אין זיין פאלאץ, האט פארפאסט א ספר ‘בן פורת יוסף’ וואס טוט פארשטעלן א ויכוח צווישן דון יוסף און א חכם (א נוצרי, לכאורה א אידישער משומד) וואס האלט אים פאָר פארוואס ער מאכט אוועק חכמות חיצוניות נאך וואס אין זיין יוגנט האט ער דאס גוט געקענט. דער שר ענטפערט אים באריכות, מיט א בקיאות אין די ספרי החכמות, ניצנדיג די אלגעמיינע רעטאריק פונעם דור מגורשי ספרד אראפצורייסן די פילאזאפיעס. ר’ יצחק (אדער זיינס א קרוב מיט’ן זעלבן נאמען) האט אויך פארפאסט א וואונדערליכן שיר אויף די א”ב און שאך שפיל מיט’ן נאמען ‘איומה כנדגלות’. פון דער משפחה איז דער משורר ר’ דוד עונקינירה, וועלכער האט געהערט צום קרייז פון די סאלוניקער משוררים, און ווי זייער שטייגער, פארפאסט שירים געזינגען צו ווערן מיט טערקישע לידער, זע שפעטער איבער דעם (יוסף פטאי, שירי דוד עונקינירה, קובץ על יד ירושלים תרצז).

    עס איז פארהאן א ספר ‘הודאת בעל דין’, וואס איז א ויכוח קעגן די נוצרים מיט א געוואלדיגן בקיאות בספריהם, וואס איז אנגעבליך פון ר’ דוד נשיא, א ברודער פון דון יוסף. למעשה איז דאס העכסט-ווארשיינליך א שפעטערדיגער חיבור וואס איז אומריכטיג מיוחס צו אים.

  9. זיין שוואגער איז געווען ראדריגא לאפעז (רעז-שנד), דער לייב-דאקטער פון דער בריטישער קעניגן עליזאבעט (שיח-שסג). זיין טאטע אנטוניו, איז געווען דער קעניגליכער דאקטער אין פארטוגאל וואו ער איז געצוואונגען געווארן צו שמד, און זיין זון איז אויפגעוואקסן אלס אנוס, אויסצייכענענדיג זיך אין מעדיצין אינעם ארטיגן אוניווערסיטעט. נאכ’ן ווערן באשולדיגט אין זיין א איד איז ער אנטלאפן קיין לאנדאן וואו ער איז בארימט געווארן צווישן די הויכע קרייזן, און רעדנדיג פינף שפראכן איז ער אריינגעדרייט געווארן אין דיפלאמאטישע אינטריגעס. עווענטועל איז איז ער אריינגעמישט געווארן אין א פארראט און גע’הרג’עט געווארן.

    אן אנדערער מאכטפולער הויף-מענטש אין דער זעלבער קליקע איז געווען דוד פאסי, וועלכער איז געווען די רעכטע האנט צום סולטאן מוראט דער דריטער. נאכ’ן ווערן פארוויקלט אין קאמפליצירטע הויף אינטריגעס און אינטערנאציאנאלע קאנספיראציעס איז ער פארטריבן געווארן אין גלות.

  10. רוזאניס, חלק ג’ ציון ד’ אות ב’ (284).

  11. אין דער זעלבער צייט וואס אסתר וואס איז געווען אן אגענט פאר’ן סולטאנ’ס מאמע, האט אן אנדערע פרוי, אספרנצה מלכי, געדינט אלס קיירא פאר’ן סולטאנ’ס ווייב. זי האט אבער שלעכט אפגעשניטן נאכ’ן פרובירן זיך צו מישן אין מלוכה זאכן, און איז ערמארדעט געווארן אין יאר ש”ס. די ערשטע אזא קיירא וואס מען ווייסט איז סטרונגילה, פון א קרא’ישער משפחה. זי האט זיך געטויפט צו איסלאם בעפאר איר טויט.

  12. Encyclopedia Judaica, Ottoman Jewish history. G. A. Russell, physicians at the Ottoman court, medical history 1990 34:243-267. Marc David Baer, Honored by the glory of Islam, 134.

  13. יוסף הקר, יוצאי ספרד באימפריה העות’מאנית במאות ה15-18. גאר אסאך אידן האבן געדינט אלס איבערזעצער פאר די אינטערנאציאנאלע דיפלאמאטן אין דער אימפעריע, זע יוסף הקר, שליחו של לואי הארבעה עשר בלבאנט.

  14. ער שרייבט לגבי דער וויכטיגקייט פון לערנען די חכמות: ”מיר האבן נישט געזען ווער עס זאל זיך לערנען די חכמות פון די פסוקים; בלויז דורך די ספעציעלע ביכער וואס זענען געמאכט פאר דעם,” און איז מאריך דערין. אין אן אינטערעסאנטן שמועס ברענגט ער אז די אמונה אין גלגול נשמות קומט פון די דרוזן און אנדערע פעלקער.

  15. זע איבער זיי אינעם קאפיטל איבער די חכמי ספרד. אן אנדערע צווייג פון דער משפחה איז געווען דער שר דון יהודה בנבנשתי, וועלכער האט אויסגעהאלטן פילע תלמידי חכמים וואס האבן זיך באנוצט מיט זיין גרויסער ביבליאטעק צו שרייבן זייערע ספרים (זע צב”ש הקדמת עין יעקב). דון שמואל בנבנשתי האט פארמאגט אין זיין ביבליאטעק “ספרים פנימיים וחיצונים”, זע יוסף הקר, הפעילות האינטלקטואלית בקרב יהודי האימפריה העות’מאנית, איבער נאך אזעלכע ביבליאטעקן.

  16. צווישן זיינע מחותנים ציילן זיך הגאון ר’ יהושע צונצין אב”ד אנקונה, און דער מהראנ”ח, שווער פון זיין זון רופא הסולטאן ר’ נסים בנבנשתי, טאטע פון הגאון ר’ משה בנבנשתי מחבר שו”ת ‘פני משה’. (זע מאיר בניהו, רופא החצר רבי משה בנבנשת, ספונות יב.)

  17. ר’ יהושע האט פארפאסט א ספר אויף רפואה, און ברענגט אסאך די ווערטער פון די פילאזאפן אין זיינע ספרים. ער פארציילט וויאזוי ער האט געזען אין ר’ יצחק קארו’ס ביבליאטעק דעם ספר ‘תיבת נח’ אויף שרשי לשה”ק, פונעם קריסטליכן צענזאר און העבראיסט מארקא מארינא. דאס איז נישט צו פארמישן מיט ר’ יצחק קארו דער פעטער און רבי פונעם בית יוסף, מחבר פון ‘תולדות יצחק’, וועלכער האט זיך באזעצט אין טערקיי נאכ’ן גירוש, וואס ער איז אויך געווען בקי בחכמות און ברענגט אין זיין ספר אסאך ידיעות בעניני רפואה, פילוסופיה ושאר חכמות. דער בית יוסף אליין האט שטארק געשעצט דעם רמב”ם אויף וועם ער באזירט למעשה דעם גרעסטן טייל פון שולחן ערוך, און ציטירט פון אים אפילו שטיקלעך וואס שמעקן פון ראציאנאליזם (זע ביאור הגר”א, יו”ד סי’ קעט), אזוי אויך איז באוואוסט זיין חיבור ‘כסף משנה’ אויפ’ן רמב”ם. דער רייזנדער פון תימן ר’ זכרי’ אלצהארי פארציילט וויאזוי א תלמיד האט געגעבן א שיעור בעניני פילוסופיה בפניו פונעם בית יוסף אין זיין ישיבה, אבער עס איז נישט זיכער אויב דאס איז היסטאריש קראנט.

    ר’ שמואל סבע, א שוואגער פונעם ב”י, איז געווען א רב און דאקטער אין אנדריאנאפאל. א געוויסער ר’ שלמה מ’סרץ רופט אים אין א בריוו צו א ויכוח נאך וואס ער האט באליידיגט זייער שטאט, און ער רעכנט אויס פילצאליגע חכמות חיצוניות וואס זיי זאלן זיך פארהערן אינאיינעם מיט תורה, זייענדיג זאכן וואס חכמי ישראל האבן געדארפט צו קענען אין יענער צייט.

  18. סימן מז-ח. זע מאיר בניהו, לקורות היהודים בתירייא, ציון יב.

  19. זיין טאטע אשר ברודא (באקאנט אלס “דאקטער דיוניסיו”) איז געווען א קעניגליכער דאקטער אין פארטוגאל אלס אנוס. שפעטער איז ער אנטלאפן קיין אנטווערפן וואו ער איז געווען א פרנס אין דער אידישער קהילה, און שפעטער אין ענגלאנד און איטאליע. די אינקוויזיציע האט פארברענט זיין בילד. Uriel Heyd, an unknown turkish treatise by a jewish physician.

  20. בכלל האט די אטאמאנישע אימפעריע זיך פארפעלט מיטצוכאפן מיט דער וויסנשאפטליכער פארשריט פון אייראפע, און איז צוביסלעך געווארן שטארק צוריקגעבליבן מיט זייער טעכנאלאגיע און סייענס.

  21. ניקאפאל איז געווען א וויכטיגע שטאט אין בולגאריע וואס איז שפעטער געווארן א טייל פון דער אטאמאנישער אימפעריע. עס איז אינטערעסאנט צו דערמאנען, אז דער לעצטער קעניג פון בולגאריע האט געהייראט א אידישע פרוי מיט’ן נאמען שרה תיאודורה, און איר געטויפט צו נצרות. זי האט געטון טובות פאר אירע אידישע ברידער, און איז געווען די מאמע פון פארשידענע קעניגן און הערשער אינעם ראיאן.

  22. זע אבער יוסף הקר, הרבנות הראשית באימפריה העות’מאנית במאות הט”ו והט”ז.

  23. אין שו”ת הרא”ם (סי’ נז) הערן מיר איבער א היציגער מחלוקה אין דער קהילה, ווען טייל קנאים האבן געוואלט פארבאטן צו לערנען די חכמות מיט די קראים וועלכע האבן געהאט א היבשע אנוועזנהייט דארט. דער רא”ם איז מאריך מתיר צו זיין, זאגנדיג אז עס איז קיינמאל נישט געווען קיין פראבלעם ביי גדולי ישראל צו לערנען חכמות חיצוניות מיט - אדער פון - גוים, מוסולמענער, אדער קראים. ער גייט אריין אין דער סוגיא אויב לערנען חכמות איז א מצוה - ווי דער רמב”ם - אדער א רשות, און רעדט זיך אפ אז דער איסור איז גורם אז די אידישע תלמידים לאזן נאך דאס לימוד החכמות ווען עס איז נישט דא קיין קנאת סופרים. ער פארציילט אז זיין רבי ר’ מרדכי כומטינו (א גרויסער חכם וואס האט געשריבן פילע ספרים אויף אסטראנאמיע, רפואה און אנדערע חכמות), און זיין רבינ’ס רבי ר’ חנוך צפרטא, האבן געלערנט מיט די קראים חכמות און אפילו תורה, זיך קריגנדיג מיט ר’ משה קפשאלי וואס האט גע’אסר’ט צו לערנען תורה מיט זיי.

  24. אין שו”ת מים עמוקים (סי’ כו) שרייבט זיך דער רא”ם מיט “הרופא המובהק” ר’ אברהם סבע, וואס לויט געוויסע איז דאס דער בעל ‘צרור המור’. זע דן מנור, לתולדותיו של ר’ אברהם סבע, מחקרי ירושלים במחשבת ישראל ב. ר’ משה ב”ר יהודה גאליינו איז געווען א תלמיד פון רא”ם; ער איז געווען א דאקטער אין קעניגליכן הויף און א פילאזאף שרייבנדיג און פארטייטשנדיג פילע ספרים. אין זיין ספר ‘תעלומות חכמה’ ברענגט ער א גאנצן אויסוואל פון פארשידענע ערליי חכמות און פסעוודא-חכמות ווי זכרון-טעכניקן און נאך (צווישן אנדערע פארציילט ער איבער א כמו-ראבאט וואס האט געארבעט מיט שטריק וואס ער האט פארגעשטעלט פאר’ן סולטאן). ער דערמאנט דארט איבער די אידישע רופאי המלך וואס האבן זיך געדרייט אין פאלאץ אין יענע צייטן (א’ דוד, תעלומות חכמה לר’ משה בן יהודה גאליינו, קרית ספר 63. זע אבער י”מ תא-שמע, כנסת מחקרים ג כב, אז ער האט געהייסן אליהו). דער פארשער Robert Morrison שרייבט, אז עס איז שטארק מעגליך אז אדאנק גאליינו זענען אנגעקומען די חידושים אין אסטראנאמיע פון די מוסולמענער חכמים צו קאפערניקוס, וואס האט אים שפעטער געהאלפן צו ערצייגן זיין וועלט-בארימטן העליאצענטרישן מהלך אין אסטראנאמיע. לויט אים געפינען מיר פריע דיסקוסיעס איבער דעם נושא אין גאליינו’ס ספרים, אזוי אויך אינעם ספר ‘מכתב אליהו’ אויף אסטראנאמיע פון ר’ אליהו אלפג’י (פון קושטא; ער ווערט געברענגט אין די ספרי שו”ת), אין א חיבור פון החכם ר’ יצחק אבולקר, און אינעם חיבור פון רא”ם אויף תכונה. דורך זיי איז עס מעגליך אנגעקומען קיין איטאליע (A Scholarly Intermediary between the Ottoman Empire and Renaissance Europe).

    עס איז געווען נאך איינער פון דער משפחה, ר’ משה בן אליהו גאליינו, וואס האט פארפאסט דעם ספר ‘תולדות אדם’, א פאפולערער ספר אויף חכמת היד והפרצוף, וואו ער ברענגט פון אריסטו און גאלינוס פארשידענע חכמות און איינרעדענישן. אויך האט ער איבערגעזעצט ספרי אסטראלאגיע און א ספר אויף גורלות.

  25. זע אין שו”ת הרא”ם סי’ נו, וסי’ ה. אין דער אויבנדערמאנטער תשובה סי’ נז, ווערן ספעציפיש אויסגערעכנט די חכמות: הגיון, טבע, מה שאחר הטבע, מספר, תשבורת, תכונה און מוסיקה. אין אידיש: לאגיק, פיזיק, מעטאפיזיק, מאטעמאטיק, געאמעטריע, אסטראנאמיע און מוזיק. דאס זענען די ‘שבע חכמות’ וואס ווערן כסדר דערמאנט אין די ספרים, צומאל מיט אנדערע איינטיילונגען. דאס איז געבויט אויפ’ן געדאנק פון די ‘seven liberal arts’ וואס זענען געלערנט געווארן אין די אלגעמיינע אוניווערסיטעטן אינעם מיטלאלטער, מיט’ן טויש פון גראמאטיק און רעטאריק אנשטאט פיזיק און מעטאפיזיק, וואס דאס איז ערשט געלערנט געווארן ביי א העכערן שטאפל.

  26. זיין זיידע ר’ שלמה, פון די מגורשי פארטוגאל, איז געווען א רופא מומחה. מהר”ש הזקן האט געהאט א זון ר’ יצחק, אויך א גרויסער חכם און פילאזאף, זיין זון איז ר’ שלמה לבית הלוי הבחור, מחבר פון שו”ת מהר”ש לבית הלוי. מהר”ש הזקן איז געווען דער שווער פונעם גאון מהר”א ששון בעל שו”ת תורת אמת.

  27. ער פארציילט ווי ער האט זיך ספעציעל געלערנט די לשונות הגוים כדי צו קענען ליינען די ספרי חכמה. ער שטעלט אויס א סדר הלימוד פון די 30 ביז די 40 יאר, וואס נעמט אריין די “חכמות הגיוניות, למודיות, טבעיות ואלהיות”. אין אלגעמיין ווארנט ער אבער אויך קעגן זיך צו שטארק אריינלייגן אין חכמות אויפ’ן חשבון פון תורה. עס איז מערקווירדיג וואס ער מערקט אן אז אין מדרש געפינען מיר פלאטאנישע געדאנקען…

  28. זיין שווער איז געווען הרופא ר’ שמואל קורי, מיט וועמען ער האט זיך געשריבן בעניני הלכה ופילוסופיה.

  29. ר’ דוד האט געשריבן פארשידענע ספרים אויף די חכמות. עס זענען דא וואס שטעלן אים צוזאם מיט’ן אידישן אסטראנאמער דוד פון סאלוניקי, וואס האט ארויסגעהאלפן דעם חכם טאקי-אל-דין אין זיין אסטראנאמישער אבזערוואטאריע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורכ’ן סולטאן צו זען זיין מזל… עס איז מעגליך אז ר’ דניאל בן פרחיה (זע שפעטער) האט אים אויך ארויסגעהאלפן איבערצוטייטשן מאטעמאטישע און אסטראנאמישע ביכער Avner Ben Zaken, Cross cultural scientific exchanges.

    אן אנדערער פון זיינע תלמידים איז ר’ אשר הכהן ארדוט, רב מובהק וראש ישיבה כולל בחכמות (קורא הדורות), אן אייניקל פונעם בעל העקידה. ר’ אשר איז געווען דער רבי פון די גאונים ר’ אהרן פרחיה בעל ‘פרח מטה אהרן’, און ר’ ברוך אנגיל.

  30. ער האט פארטייטשט ביכער פון די חכמי האומות פון זיין צייט. ער נעמט אן די שיטה פון העליאצענטריזם פון קאפערניקוס און ציטירט שפאנישע משוררים. אין א בריוו טרעט ער ארויס שארף קעגן די וואס לאזן נישט לערנען די חכמות (הקר, הפעילות, הע’ 51).

  31. ר’ יוסף איז געווען א גרויסער מקובל און הייליגער מענטש. מען פארציילט אויף אים אז ער איז נישט געשלאפן אין א בעט פאר פערציג יאר משבת לשבת! (ראשית חכמה). רוב גדולי ישראל פון יענער צייט זענען געווען זיינע תלמידים (צווישן זיי דער אלשיך, מהרשד”ם, ר”ש אלקבץ, ועוד). איבער זיין פילאזאפיע זע יוסף ברוך סרמוניטה, הספרות הסכולסטית בספר פורת יוסף לרבי יוסף טאיטאצאק, ספונות יא. ברכה זק, פירושיו הדרשניים של ר’ יוסף טאיטצאק, מחקרי ירושלים במחשבת ישראל ז.

  32. ר’ מאיר האט געוואוינט אין טערקיי נאכ’ן גירוש. אויך דער עלטערער גאון ר’ יואל ן’ שועיב האט זיך דארט באזעצט נאכ’ן גירוש. זיינע ספרים, וועלכע זענען פול מיט רעפערענצן צו די פילאזאפישע ספרים, זענען א קלאסישער ביישפיל צו די ספרי חכמי ספרד אינעם לעצטן דור בעפאר’ן גירוש. זיי זענען געדרוקט געווארן אין קושטא.

  33. ר’ אליהו ן’ חיים (ב. רצ-שע), הויפט רב אין קושטא. עס איז מערקווירדיג ווי ער שרייבט אז חז”ל האבן געגלייבט אז די ערד איז פלאך קעגן “המוסכם אצלינו היום”, ענליך צו די קאנטראווערסיאלע רייד פון ר’ עזריה רוסי (פ’ בראשית וקרח). אין פ’ משפטים ברענגט ער א “מאמר החכם” וואס ווערט מיוחס צום קריסטליכן חכם הירונימוס. איבער ר’ אהרן ן’ חיים זע דן מנור, ההשגחה הנס והטבע במשנתו הפילוסופית של ר אהרן אבן חיים.

    יוסף הקר טענה’ט אבער, אז אין די ספרים פון דעם דור זענען שוין די פילאזאפישע חקירות אסאך מער א טפל און ווייניגער ארגינעל, ווי עס דערקענט זיך אין די ספרים פון ראנ”ח, ר’ יוסף טראני (מהרי”ט) און ר’ יאשיהו פינטו וואס כאטש זיי ברענגען אסאך די ספרי חקירה איז עס שוין פיל ווייניגער ווי די ערשטע דורות נאכ’ן גירוש.

  34. צווישן דעם רייכן אויסוואל פון מראי מקומות וואס ער ברענגט זענען מו”נ ורלב”ג, בדרשי, אור ה’, עיקרים, דרך אמונה, ‘חכמי הנוצרים’, ‘החיצוניים’, די גריכישע פילאזאפן אריסטו, אפלטון, בן דקאליס און קמדריוס (- ער מיינט מעגליך די באקאנטע פילאזאפן אמפידוקלוס און אנכסימנדרוס), די אראבישע פילאזאפן אבן סינא און אבן רושד, ‘החוקרים’, ‘הרופאים’, ‘הטבעיים’, תפלה למשה (אלמושנינו) בשם ‘ספרי הרומיים’, מפשר חלמין בשם ‘חכמי קדם’, יוסיפון, ועוד.

    אויף איין פלאץ וויל ער אפילו זאגן אז די חכמות האט אברהם געלערנט, און אויך יעקב האט דאס געלערנט מיט יוסף נאך נישט האבנדיג קיין תורה דעמאלט… אין ב”ר ב, ד שרייבט ער אז חז”ל זענען נישט געווען בקי אין אסטראנאמיע נאר וויפיל ס’האט אויסגעפעלט פאר קביעות המועדים, און דעריבער האבן זיי געקענט מאכן טעותים. זיין זון ר’ יוסף איז געווען א רופא און האט געשריבן א שיר אין זיין הקדמה צום טאטנ’ס ספר. זע אויך מאיר בניהו, ר’ שמואל יפה אשכנזי, תרביץ מב.

  35. זע אבער שאול רגב, לימוד כתיבה והדפסת ספרים בפילוסופיה במאה הט”ז, אז בעיקר זענען געדרוקט געווארן ספרי פילאזאפיע און נישט קיין אנדערע ספרי חכמות, וועלכע זענען אין גרויס טייל פארבליבן בכתב יד און פארלוירן געגאנגען.

  36. טייל פון די רבנים זענען געווען ברוגז אויף די דרוקער פאר’ן דרוקן די סארט ספרים ווי עמנואל און די ראמאנען, און האבן פארבאטן דאס צו ליינען (זע יוסף הקר, גרשם שונצינו המדפיס הריניסאנסי וחכמי שאלוניקי). פון די פילצאליגע איסורים דערקעגן ווייזט זיך אבער ארויס אז דאס איז געווען גאר פאפולער ביים פאלק. אפילו קעגן ליינען ספרי מלחמות ודברי הימים זענען געווען פילע אוסרים, בפרט אין שבת, אבער אין די שפעטערדיגע פוסקים זענען דא פילע מקילים.

    זע י’ הקר, תמונת ההיסטוריה של ר’ שמואל ווליריאו, ווי ער באטראכט דארט די פילע היסטאריע רעפערענצן אין די ספרים פונעם חכם ורופא ר’ שמואל וולריו פון גריכלאנד, וועמענ’ס פירושים אויף דניאל און אסתר זענען פול מיט ציטאטן פון די ספרי חכמות ופילוסופיה, און ער באניצט זיך מיט די דרכי המלוכה בימיו צו מסביר זיין די פסוקים.

  37. איבער אים זע שאול רגב, עיונים במשנתו הפילוסופית-דתית של ר’ שלמה אלמולי, דעת 62.

    אן אנדערער פון די מדפיסים איז געווען ר’ שלמה ן’ מלך, וואס האט דארט געדרוקט זיין ספר ‘מכלל יופי’ אויף דקדוק געבויט אויף אבן עזרא ורד”ק. דער ספר איז געווארן א פאפולערער ספר זיך צו לערנען דקדוק במשך די יארן.

  38. זע יוסף הקר, לדמותם הרוחנית של יהודי ספרד בסוף המאה החמש-עשרה, איבער ר’ יוסף גרסון, פון די ראשי ישיבה אין ספרד. זע אויך שפעטער איבער די מקובלים וועלכע זענען בדרך כלל געגאנגען מיט’ן מהלך וואס איז שפעטער געווארן די אנגענומענע שיטה ביי רוב כלל ישראל. זע אבער ח. ה. בן-ששון, דור גולי ספרד על עצמו, ציון כו, אז באמת איז פילאזאפיע ווייט נישט געווען אזוי פארשפרייט בעפאר’ן גירוש ווי מ’וואלט געוואלט קלערן.

    די דאזיגע תקופה פון ערב און נאכ’ן גירוש איז אויך די צייט ווען דער טערמין “חכמות חיצוניות” איז געווארן פאפולער זיך צו באציען צו אלע חכמות אויסער דער תורה.

  39. זיין איידעם איז געווען דער חכם ר’ דוד ב”ר שלמה הרופא ויטאל פון גריכלאנד מחבר פון ‘כתר תורה’, א פוסק און מקובל, מדקדק און משורר. אין זיין ספר ‘מכתם לדוד’ אויף די י”ג עקרים און אנדערע עניני חקירה ברענגט ער זאכן איבער חכמת הטבע בשם זיין זיידע “הרופא המובהק” ר’ יצחק שולם פון שפאניע.

  40. די תשובה ווערט אויך מיוחס צום רדב”ז אבער עס איז לכאורה א טעות.

    ר’ אליהו איז געווען דער ממלא מקום פונעם רא”ם אלס רב אין קאנסטאנטינאפאל. ער ברענגט אין זיין ספר עטליכע מאל די ספרי אריסטו אויף מוזיק און רעטאריק; ער האט געשריבן פילע שירים און האט געקענט חכמת העיבור, לויט ווי עס שרייבט זיין תלמיד ר’ בנימין מוטאל בעל ‘תומת ישרים’, וואס איז אליין געווען א גרויסער מדקדק (חיד”א).

  41. זע אברהם מלמד, מיתוס החוזרים בתשובה הרמב”ם ואריסטו, דעת 64.

    זע מאיר בניהו, מקור על מגורשי ספרד בפורטוגאל, ספונות יא, אז דער ספר האמונות איז באהאלטן געווארן דורך די קינדער פונעם מחבר וועלכע זענען אליין געווען פילאזאפן און האבן זיך געשעמט דערמיט. הערשט נאכ’ן גירוש איז דער ספר געדרוקט געווארן, און ר”מ אלשקר האט געשפירט אז ער דארף עס אפענטפערן.

  42. זע יוסף הקר, פולמוס כנגד הפילוסופיה באיסטנבול במאה השש עשרה, עיונים בספר דרך חיים לר’ מנחם די לונזאנו.

    ער ברענגט א גאנצע ליסטע ציטאטן קעגן פילאזאפיע פון די ראשונים וואס זענען געווען דערקעגן, דערנאך לאזט ער זיך אריין אין אטאקעס קעגן דעם רמב”ם, אבן עזרא, רלב”ג, ר”ש ן’ חפני, עקרים, און באריכות קעגן דעם חובת הלבבות פאר זיין צוגאנג אז פילאזאפיע און חובות הלב איז חשוב’ער ווי מצוות מעשיות. די דאזיגע שארפע ווערטער זענען ארויסגעלאזט געווארן אין צווייטן דרוק און זענען ווארשיינליך נישט גוט אויפגענומען געווארן דורכ’ן ציבור וואס איז נאך אין יענער צייט געווען שטארק אריינגעטון אין די חכמות.

    ר’ מנחם ווייזט ארויס א ברייט בקיאות אין דער אלגעמיינער שירה פון פילע פעלקער און קולטורן, און באנוצט זיך מיט אראבישע און טערקישע לידער פאר זיינע שירים “צוליב זייער מעגליכקייט צוצוברענגען דעם מענטש צו מיסטישע עקסטאז” (אדוין סרוסי, ר’ מנחם די לונזאנו, ס’ זכרון למאיר בניהו).

    זיין אייניקל, ר’ אברהם לונזאנו, האט געשריבן א ספר ‘קנין אברהם’ (תפג) אויף דקדוק נאכדעם וואס ער איז אנגעקומען קיין פראג און געזען אז די אשכנזים פארשטייען נישט די ספרי דקדוק “וועלכע זענען געשריבן אין א פילאזאפישער שפראך”. (ער האט זיך אמאל גע’שמד’ט באונס.)

  43. אינעם דרך הלימוד פון די יוצאי ספרד קען מען נאך דערקענען די השפעה פון דער לאגיק און פילאזאפיע וואס איז געווען גאר פאפולער אין שפאניע; די כללי התלמוד פון ר”י קנפנטון וואס זענען געבויט אויף לאגיק זענען דארט פארברייטערט געווארן, און די אויסדרוקן פון פילאזאפיע ווערן פיל מאל דערמאנט אין די ספרי הלכה (זע חיים בנטוב, שיטת לימוד התלמוד בישיבות שאלוניקי ותורכיה, ספונות יג. דניאל בויארין, דרכם בקודש, על שיטת לימוד התלמוד בקרב מגורשי ספרד).

    דער גאון און פוסק ר’ יהודה אבן בולאט פון די מגורשי ספרד, א תלמיד פון ר”י קנפנטון, האט געשריבן א ספר ‘כלל קצר’ וואו ער שטעלט אויס א דרך הלימוד וואס נעמט אריין תלמוד והלכה און ספרי פילאזאפיע וחכמת הטבע, מיט א פינקטליכן סיסטעם וויאזוי און וויפיל צו לערנען דערפון ע”ש.

  44. י. ש. עמנואל, גדולי שלוניקי לדורותם. מיכאל מולכו, בבית העלמין של יהודי שאלוניקי.

  45. מאיר בניהו, בית אברבנאל בשאלוניקי, ספונות י”ב.

  46. זע אין שו”ת מהר”י בן לב (ח”א כט): “הרופאים מזאת העיר שידענו שהם מומחים ומובהקים”. זע יהושע ליבוביץ, לתולדות הרופאים היהודים בשאלוניקי, ספונות יא. יצחק ש. עמנואל, זכרון שלוניקי א. רוזאניס, שם.

    אנדערע דאקטוירים וואס ווערן דערמאנט זענען ר’ שלמה בן חביב (-רסד, פון א חשוב’ער משפחה פון שרים ורוזנים); ר’ יצחק בושאלדו (רפג); ר’ שם טוב אבשרגא; ר’ דוד שולם; ר’ יהודה עוזיאל א תלמיד פון מהרח”ש, פון דער חשוב’ער משפחת עוזיאל וועמענ’ס ראש המשפחה, החכם ורופא ר’ שמואל עוזיאל פון די מגורשי ספרד, איז נאך געוען א תלמיד פון מהר”י אבוהב. די משפחה האט ארויסגעגעבן נאך אסאך רבנים, רופאים ומשוררים; ר’ אברהם גאגין; ר’ אברהם חביליו (שנז), און נאך פילע. לויט געוויסע איז דארט אפילו געווען א בית מדרש לרפואה (Encyclopedia Judaica, Salonika), כאטש עס איז מסתבר אז מען רעדט באמת פון אן אלגעמיינער שולע און נישט קיין אידישע אינסטיטוציע.

  47. ”ומהם יצאת תורה וכל חכמות ועיונים… ואן נמצא כמוהם דברנים עוד ודרשנים, בתשבורת והנדסה ובתבונה והגיונים, ובחכמת אלהות הן נכונים הם ומוכנים…” (ר’ בנימין הלוי, מחזור אשכנזים, קושטא שה).

  48. שלשלת הקבלה. ר’ תם ווערט באטיטלט “הפילוסוף האלקי” (אהלי תם פ’) און אין דער הקדמה ווערט דערמאנט זיין גרויסקייט בחכמות חיצוניות. ער האט איבערגעדרוקט דעם ספר “יוסיפון” מיט פילע הוספות. אויך האט ער פארפאסט ספרים אויף תלמוד, רי”ף, און אנדערע חכמות, וואס זענען פארברענט געווארן.

  49. למעשה זאגן היינטיגע חוקרים אז דאס באציט זיך ווארשיינליך צו א שריפטליכע נעץ פון קארעספאנדענץ - ווי איידער א פיזישער בית-מדרש אין זיין הויז. זע שנהב ברטוב, שירת החול העברית של משוררי שאלוניקי, 3, ווי זי באטראכט דארט די הונדערטער שירים אין כתב יד פון דער גרופע משוררים וואס האבן זיך געשריבן כסדר שירים. צווישן זיי זענען אויך ר‘ אברהם ראובן, ר‘ יהודה אבן עזרא, ר‘ שאלתיאל גאליפפה, ר‘ יעקב טרפון ועוד. א דור שפעטער זענען געווען ר‘ אברהם רומאן ואחיו ר‘ חזקיה, ר‘ יום טוב יעיש און נאך צענדליגער אנדערע. עס זענען פארהאן אָן א שיעור שירים אין כתב יד פון די חבורות משוררים, וואס זענען קיינמאל געדרוקט געווארן. אין אלגעמיין זענען זייערע שירים געווען שטארק באזירט אויף די משוררי ספרד וועמען זיי האבן געשטרעבט נאכצומאכן, כאטש די שירי חול נעמען אן א מער ערנסטן כאראקטער, און שירי חשק זענען מער זעלטן.

    מיר געפינען אויך אנדערע גרופעס משוררים אין דער תקופה; אין מצרים איז געווען די חברת “בני אגור“ דורך ר‘ יוסף בן רם, און “בני מחול“ דורך ר‘ רחמים קלעי און זיינע משוררים. אין תימן האט געלעבט אביסל שפעטער דער גרויסער משורר ר‘ שלום שבזי, וואס איז געווען א געלערנטער מענטש אויך אין פילאזאפיע און אנדערע חכמות. זיינע שירים רעפלעקטירן אויך די לאקאלע אראבישע שירים (שלום שבזי, שירים. ערך יוסף טובי). א דריטער פון די פריערדערמאנטע רומאן ברידער, ר’ יעקב, אויך א משורר, האט געקענט פילע שפראכן און האט זיך באקענט - דורך זיין פריינט ליאון סיאא, א משומד, דער הויף-דאקטער פונעם פרינץ פון טראנסילוואניע - מיט’ן העברעאיסט יוהאן בוקסטארף, וועלכער האט שפעטער אפגעקויפט זיין גרויסן ביבליאטעק פון ספרי פילאזאפיע.

  50. פון רודוס (Rhodes) אין גריכלאנד. ער האט פארפאסט אן אינטערעסאנטע דראמא מיט’ן נאמען ‘לחם יהודה’ איבער א בת מלך וואס איז פארכאפט אין א טורעם און אירע ליבערס פרובירן איר צו באפרייען - א באקאנטע טעמע ביי די אלגעמיינע משוררים אין דער תקופה (ענליך איז די טעמע אין ‘תולדות ידותון’ פון ר’ נסים סאנג’י).

    ער האט זיך געהאלטן נאנט מיט די רופאי החצר פאר וועם ער האט פארפאסט שירים. אזוי אויך זענען פארהאן אויסטוישן פון שירה צווישן אים און די משוררים ר’ חנניה בן יקר און ר’ מנחם אגוזי (מחבר ‘גל של אגוזים’ עה”ת, אין דעם ספר ברענגט ער אסאך די אידישע פילאזאפן און די ספרי אריסטו).

  51. ער איז געווען פאררעכנט אלס דער ראש החבורה פון די משוררים. זיין ספר ‘סדר זמנים’ אנטהאלט גאר קינצליכע און מאדערנע סטיל שירים (דב ירדן, נקבצות משירי ר’ סעדיה לונגו, ספונות יב).

  52. עס זענען פארבליבן נאך פילצאליגע שירים, פיוטים און סליחות פון די משוררים פון יענער תקופה וואס זענען היבש אומבאקאנט. מיר וועלן דא אויסרעכענען נאך אביסל פון זיי:

    ר’ שלמה בן מזל טוב (ארום רמ-שי) איז געווען א משורר און מדפיס אין קושטא נאכ’ן גירוש, צווישן זיינע פילצאליגע שירי קודש וחול טרעפן מיר א שיר לכבוד דעם סולטאן סולימאן און א שיר אויפ’ן שאך שפיל ר’ שלמה איז געווען פון די ערשטע משוררים אנצוצייכענען ביי זיינע שירים אז דאס קומט צו געזינגען ווערן מיט גוי’אישע טענער - טערקישע, אראבישע, גריכישע און שפאנישע - א זאך וואס איז שפעטער געווארן גאר פארשפרייט.

    ר’ שלמה מבורך האט אים נאכגעמאכט מיט’ן פארפאסן שירים לכבוד דעם סולטאן סאלים (טובה בארי, שלמה מזל טוב, פעמים 59).

    דער משורר ר’ שלמה ן’ מובחר האט פארפאסט א ספר ‘חזק יד’ וואס איז אן איבערזעצונג פונעם גאנצן משנה תורה להרמב”ם אין גראמען.

    ר’ יוסף גאנסו איז געווען א גאר פרוכטבארער משורר אין בורסא. גייענדיג אויפ’ן גאנג פון ר’ ישראל נג’ארה פון וועם ער האט געלערנט די חכמת השיר, טוט ער אויך גאר פינקטליך אנצייכענען די פארשידענע טערקישע ניגונים מיט וואס צו זינגען זיינע שירים. ער איז אויך געווען א גאון בתורה זייענדיג דער רבי פון מהר”ש אלגאזי (כנרת שוצמן, יוסף גאנשו משורר עברי בתורכיה במאות הט”ז והי”ז, עבודת דוקטור). אן אנדערער תלמיד פון נג’ארה איז ר’ אבטליון בן מרדכי, וואס האט שטארק פארשפרייט דעם סטיל פון שירה און פארפאסט אסאך אייגענע שירים. ער איז געווען באקאנט צווישן די טערקן פאר זיין טאלאנט און האט געהאט פארבינדונגען מיט דער מיסטישער ‘דערוויש’ גרופע, אן אפצווייג פון די ‘סופי’ מוסולמענער וועלכע האבן עוסק געווען אין טאנצן און שירה בדביקות. לויט געוויסע האט ער באקענט זיין רבי’ן מיט דער גרופע (זע שפעטער). ר’ אבטליון האט געגרינדעט די ‘חברת המפטירים’ וועלכע פלעגן פארשטעלן זייערע מוזיק אין שול. זיי זענען געווען שטארק באאיינפלוסט פון דער טערקישער מוזיק און פילע פון די שפעטערדיגע משוררים און מוזיקאנטן זענען געווען גאר פאפולער ביי אידן און טערקן צוגלייך (Bulent Aksoy, Great voice of Ottoman Turkish and Jewish music).

    ר’ אליהו קפשאלי דערציילט איבער א געוויסן ר’ אברהם פון די מגורשי ספרד וואס איז אויפגענומען געווארן ביים קעניג אלס הויף משורר.

    די אידישע מוזיק אין טערקיי איז זיך אין יענער תקופה ברייט צעוואקסן, און דער רייזנדער אווליה צ’לבי דערמאנט (שצה) פארשידענע מוזיקאלישע גרופעס פון הונדערטער באטייליגטע זינגער, טאנצער, און אינסטרומענט שפילער וועלכע זענען געווען געשעצט אפילו ביים סולטאן.

  53. זיינע אנדערע חיבורים אויף פילאזאפיע און אנדערע חכמות זענען פארברענט געווארן. דער ספר אין חרוזים אויף כללי העיבור איז פון ר’ יוסף בן שם טוב ב”ר ישועה חי. אן אנדערער וויכטיגער ספר פון לוחות און כללי עיבור השנים האט געשריבן ר’ יששכר אבן סוסאן (רע-שלד) אין זיין ספר ‘תיקון יששכר’, וואס איז אסאך באנוצט געווארן דורך שרייבער פון לוחות פאר פילע יארן. אויך ר’ אברהם צהלון האט געשריבן איבער’ן אסטראנאמישן חשבון המולדות אין זיין ספר ‘יד חרוצים’; ער האט אויך געשריבן א ספר ‘מרפא לנפש’ אויף יסודות הדת וואו ער ברענגט פון מו”נ ועקידה.

  54. אין זיינע ספרים ברענגט ער אסאך פון די פילאזאפן און רופאים. עס איז אינטערעסאנט זיין פשט אז ”יעקב איש תם” - יעקב איז געווען געזונט און שטארק, כאטש ”יושב אוהלים” און ער האט נישט געמאכט קיין איבונגען… (כתר שם טוב)

  55. רבי פון די גאונים מהראנ”ח, מהר”א ששון ועוד. זיינע פסקים ווערן געברענגט אין די תשובות פון די גאוני הדור, צווישן זיי דער מהרשד”ם וואס דריקט זיך אויס (חו” מ מ’) אז ער האט געלערנט די חכמות “לרקחות ולטבחות”. זיין ברודער ר’ שמואל און זיין זון ר’ יעקב מטלון מחבר פון ‘שארית יעקב’ האבן אויך געקענט פילאזאפיע.

  56. צב”ש פארציילט ער ווי ער האט געלערנט מורה נבוכים מיט ר’ לוי פשריאל, וועלכער האט עס געקענט אויף אויסעווייניג “אזויווי קרי”ש”; זיין זיידע ר’ לוי קוזין מח”ס ‘עלית קיר קטנה’ “רב מובהק ודרשן וחסיד גדול כולל בחכמות” האט געשריבן חיבורים אויף פארשידענע חכמות; ר’ שאלתיאל חפץ האט געקענט קבלה, אסטראנאמיע, פילאזאפיע, און געווען א משורר; ר’ ישראל אבא האט געקענט תלמוד, פסק, דרוש, קבלה, פילאזאפיע און חכמת הניגון; ר’ משה טאייטצאק “מעיין גדול ודרשן ובקי בחכמת הפילוסופיה”; ר’ דניאל אישטרויסה איז געווען א גרויסער ראש ישיבה און מחבר פון שו”ת מגן גבורים, ער איז געווען בקי אין די חכמות. אויך געפינען מיר א געוויסן ר’ ידידיה, רב אין ליפאנטו, איז געווען “כליל החכמה והמדע אביר הרופאים” (בנימין זאב סי’ רצח).

  57. ער איז געווען א תלמיד פונעם מהרח”ש. זיין קרוב איז ווארשיינליך געווען דער גרויסער פוסק ר’ יהושע חנדאלי, אויך א תלמיד פון מהרח”ש (רוזאניס שפעקולירט אז ער האט געקענט חכמת הרפואה). ר’ יהושע’ס אייניקל, הרופא ר’ יהודה חנדאלי, האט געדרוקט זיינע תשובות אונטער’ן נאמען ‘פני יהושע’ אינעם ספר ‘שני המאורות הגדולים’. אנדערע דאקטוירים פון דער משפחה זענען געווען ר’ אליהו אין קושטא און ר’ יצחק אין סאלוניקי.

  58. זיין איידעם איז געווען יוסף פילוסוף, דער לעצטער שווער פון שבתאי צבי. כאטש ער איז געווען א רב וגאון (זיין שווער ברענגט אים אין זיינע תשובות) איז ער שפעטער געווארן פון די גרויסע פירער פון די שבתאים און זיך געטויפט צו איסלאם.

  59. אין א פריערדיגן קאפיטל האבן מיר דאס אביסל דערמאנט; מיר געפינען אזויפיל ווי 30 אפיציעלע הויף-דאקטוירים פארצייכנט. נאך דער פאטימישער דינאסטיע איז געווען די ‘איובישע’ דינאסטיע, וועמענ‘ס גרינדער, דער בארימטער סולטאן ‘צלאח אל-דין’, האט פארמאגט אזויפיל ווי אכט אידישע דאקטוירים, צווישן זיי דער רמב“ם. ביי די סוני רעאקציאנערן האט חכמה פארנומען א קלענערן ארט און האט דעריבער אויך משפיע געווען אויף די אידן אין זייער באצוג דערצו.

  60. דער רייזנדער ר’ משולם מוולטירה (רמא) דערמאנט ר’ שלמה ב”ר יוסף הנגיד און ר’ שמואל רופאי הסולטן. פילע אידישע און קרא’ישע דאקטוירים האבן זיך געטויפט אנצוהאלטן זייער פאסטן אבער מיר טרעפן עטליכע וואס זענען געבליבן אידן. ‘אסאד היהודי’ איז געווען אן אויגן-דאקטער און כירורג אין צוגאב צו א פילאזאף און חכם, ער האט געהיילט פילע פרינצן און שרים. צווישן זיינע פריינט איז געווען דער גרויסער מוסולמענישער בעל הלכה ‘אבן-תאימיאה’ וועלכער איז באקאנט מיט זיין שטרענגן טראדיציאנאליזם. יהושע ן’ שגיר דער רופא הסולטן איז געווען פון א קרא’ישער משפחה פון דאקטוירים וואס פילע פון זיי האבן זיך געטויפט. ‘אל-סדיד אל-דמאטי’ איז געווען אין צוגאב צו רופא הסולטן א פילאזאף, מאטעמאטיקער און משורר (אמיר מזור, אסד היהודי, ציון עז).

  61. מיכאל וינטר, היהודים והמדינה במצרים העות’מאנית, פעמים 70. ווען די טערקן האבן איבערגענומען האט דאס נגידות זיך אויפגעהערט, אבער געוויסע חשוב’ע אידן האבן ווייטער פארנומען הויכע אמטן ביי די פאשאס פון מצרים אלס פינאנץ מיניסטארן און אנדערע באאמטע, ווי צב”ש דער באקאנטער שר ר’ אברהם קאסטרו. די אידישע רבנים זענען באטיטלט געווארן בלויז מיט’ן טיטל “דזשיליבי” (Chelebi, שר).

  62. אין זיין גרויסער ביבליאטעק איז געזעסן דער היסטאריקער ר’ יוסף סמברי וועמענ’ס ספרים זענען א וויכטיגער מקור פאר דער תקופה. ר’ אלעזר’ס ברודער איז ר’ יוסף מהר”י סכנדרי וואס ווערט ציטירט אין בית יוסף (טוב מצרים).

  63. זע תולדות חכמי ירושלים ח”א פרק ד’ עמ’ 72 איבער זיין בקיאות אין אסטראנאמיע, טאפאגראפיע, באטאניקע און רפואה. אין זיין ספר ‘מצודת דוד’ אויף טעמי המצות ברענגט ער די שיטה פון רמב”ם אז מען דארף חוקר זיין באמונה, אבער אין אלגעמיין איז ער מער נוטה צו קבלה און ווייניגער צו חקירה, וואס דערקענט זיך פון וואס ער שרייבט אז עס זענען נישט פארהאן י”ג עיקרים נאר יעדער אות פון דער תורה איז וויכטיג (ובהקדמה למגדל דוד: “אמונות נפסדות חיצוניות הגריות יוניות אשר גרמו רעה לעולם”). ר’ יצחק עקריש האט זיך אסאך געדרייט ביים רדב”ז, ער האט געדרוקט פילע היסטארישע ספרים און כתבי יד, צווישן זיי ‘אגרת אל תהי כאבותיך’ קעגן די נוצרים, שרייבנדיג אין דער הקדמה איבער די פילע ויכוחים וואס איז אים אויסגעקומען צו פירן מיט די נוצרים וישמעאלים.

    פון די גרעסטע רבנים אין מצרים איז געווען דער גאון ר’ אברהם הלוי מח”ס ‘גינת ורדים’, זיין איידעם “רופא כל בשר” ר’ חיים טאויל האט געלאזט דרוקן דעם ספר. איינער פון די גרויסע רבנים אין מצרים אין דער תקופה איז געווען ר’ שמואל הלוי חכים (רמ-שז), וועמענ’ס תשובות ווערן געברענגט דורכ’ן בית יוסף און אנדערע גדולי הפוסקים בימיו, און לויט פרומקין (תולדות חכמי ירושלים חלק א ד) איז ער מעגליך געווען א דאקטער. זיין טאטע איז געווען פערזענליך נאנט מיט’ן מושל אין מצרים און האט גע’שתדל’ט פאר אידן.

  64. זע יוסף בן-שלמה, יחסו של ר’ משה קורדובירו לפילוסופיה ולמדעים, ספונות ו. הנ”ל, תורת האלוהות של ר’ משה קורדובירו, תשכ”ה. זע אבער ברכה זק, בשערי הקבלה של ר’ משה קורדובירו, אז עס איז אביסל איבערגעטריבן.

  65. צום ביישפיל טרעפן מיר שארפע אויסדרוקן פון ר’ משה אלשיך קעגן חכמות און פילאזאפיע (זע שמעון שלם, רבי משה אלשיך ושיטתו), ר’ שלמה אלגזי אין זיינע ספרים, ר’ שלמה אלקבץ אין פארשידענע פלעצער רעדט קעגן דעם, כאטש געוויסע פילאזאפישע געדאנקען זענען שוין געבליבן פארשפרייט אפילו ביי די מקובלים (זע ברכה זק, יחסו של ר’ שלמה אלקבץ לחקירה הפילוסופית); זע צב”ש אין שורש ישי פון ר”ש אלקבץ (ב יב) א לאנגן דיון בדברי העקידה ומו”נ וואו ער ברענגט די ‘חכמי הטבע’, און אזוי אין נאך פלעצער.

    משה חלמיש (לאופי מעמדו של הרמב”ם בכתבי מקובלי צפת במאה הט”ז, דעת 64) ווייזט אן וויאזוי אלע ספרים אין דער תקופה ציטירן פארשידענע ענינים פון רמב”ם און אנדערע אידישע חוקרים, וואס זענען ארגינעל באזירט אויף חקירה. מערקווירדיג איז דער ‘חרדים’ פון ר’ אלעזר אזקרי וועלכער ציטירט דעם לשון הרמב”ם אין הלכות דעות, אבער אנשטאט “יסוד היסודות ועמוד החכמות” זאגט ער יסוד היסודות “ועיקר הכל” לידע שיש שם מצוי וכו’. ענליך איז דער לשון פון רמ”ק “יסוד האמונה ועמוד העבודה”, ארויסברענגענדיג דעם אמונה געדאנק העכער דער חכמה און חקירה פונעם רמב”ם.

  66. די “חכמה” פון אלכעמיע - וואס איז א געמיש פון פארשידענע אלט-פארצייטישע חכמות און איינרעדענישן, און זוכט צו פארשטיין די נאטור פון ‘חומר’ און וויאזוי עס צו טוישן - איז געווען פארשפרייט אין די מיטל-אלטער יארן, אין טייל צווישן מקובלים וועלכע האבן געזען דערין אן ענליכקייט צו זייערע מיסטישע לערנונגען, און איז נאכמער פארשפרייט געווארן דורך די מיסטיש-גענויגטע רענעסאנס פארשער וועלכע האבן געזוכט צו פארשטיין די סודות פון דער בריאה. אפילו אזא רעספעקטירטער חכם ווי אייזיק ניוטאן האט אוועקגעגעבן יארן צו פארשן די חכמה. די היסטאריע פון אלכעמיע איז - פונקט ווי די חכמה אליין - פול מיט צווייפלהאפטיגע מעשיות. לויט קוועלער איז גאר די חכמה ערצייגט געוארן דורך אידן; מרים היהודייה, א פארשערין פון אלכסנדריה של מצרים, ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די ערשטע אלכעמיקער אין די יארן פון נאכ’ן חורבן. לויט דער לעגענדע איז ניקולאס פלעמל געווען דער איינציגסטער וואס האט מצליח געווען צו טוישן בליי צו גאלד נאכדעם וואס ער האט געטראפן דאס בוך פון אברהמ’לין פון מצרים (א ספר אויף קבלה-מעשית און אלכעמיע), און מיט דער הילף פון אן אנדערן איד האט ער דאס באוויזן צו ליינען. די אלע זאכן זענען ווי פארשטענדליך ווייט פון קראנט.

    דא איז אויך אינטערעסאנט צו דערמאנען די אלע אנדערע סארטן צווייפלהאפטיגע “חכמות” וואס זענען פארשפרייט געווארן ביי אידן אין די ארצות המזרח נאך גירוש שפאניע; אלע מיני באבסקע רפואות, לחשים, סגולות, קמיעות, השבעות, גורלות, חכמת הפרצוף, חכמת היד, אפשפרעכן עין הרע, חלומות, מזלות, כישוף און קבלה מעשית, וואס זענען איבערגעכאפט געווארן פון די אבערגלויביגע אראבער אין די מזרח לענדער. גאר אסאך ספרימ’לעך זענען פארפאסט געווארן איבער די און ענליכע חכמות, און זיי זענען געווען גאר פאפולער. איין ביישפיל איז די פאפולערע אנציקלאפעדיע ‘מדרש תלפיות’ פון ר’ אליהו הכהן פון איזמיר (תיט-תפט) וועלכער ברענגט פארשידענע אינטערעסאנטע ידיעות און חכמות, אין א געמיש פון סגולות און שמועות אינאיינעם מיט אמת’ע ענייני הטבע פון אלטע און נייע מקורות, ווי נאטורן פון פארשידענע שטיינער, אנאטאמיע, בעלי-חיים, אסטראלאגיע ועוד צווישן ענייני מוסר, דרוש וקבלה. א געוויסער ר’ משה בוטריל האט אפילו פארפאסט א ספר ‘עין משפט’ (שכא) איבערצוטייטשן די צווייפלהאפטיגע “נבואות” פונעם בארימטן מיסטיקער נאסטערדאמאס (אליין אן אפשטאמיגער פון אידן, רסג-שכו). מיר וועלן נישט פארברייטערן איבער די ענינים אבער עס איז באמערקנסווערד צוליב זייער נאנטן שייכות און צוזאמענארבעט מיט די אלגעמיינע איינרעדענישן וואס זענען געווען פארשפרייט ביי די ארטיגע פעלקער.

  67. אין ספר הברית באוואונדערט ער וויאזוי ר’ חיים ויטאל האט שוין געוואוסט פונעם סוד אז לופט האט וואג - נאך פאר די חכמי האומות. באמת ווייזט דאס וויאזוי רח”ו איז געווען באהאוונט אין די לעצטיגע ערפינדונגען פון סייענס, וואס גאלילעא האט נארוואס אנטדעקט דעם פאקט אין יענער תקופה.

  68. זע יעל בוכמן, פנקס המרשמים של רבי חיים ויטאל. אין דעם ספר איז פארהאן אן אויסוואל פון פארשידענע ערליי חכמות ווי קבלה מעשית, סגולות און קמיעות, רפואות און טעכנאלאגישע מיטלען און פראקטישע אנווייזונגען צו ערצייגן שטוב זאכן, און אלכעמיע, אין וואס רח”ו האט עוסק געווען אין זיין יוגנט און אויך שפעטער בסוף ימיו. ער ציטירט פילע אידישע חכמים און זייערע מקורות, זייט-ביי-זייט מיט אייגענער ערפארונג. אין ספר התכונה ווערן ציטירט פילע אסטראנאמישע ביכער.

  69. איינער פון די באקאנטע תלמידים פון רח”ו איז געווען ר’ אפרים פאנציירי פון דמשק, א גרויסער גאון ומקובל און גלייכצייטיג א דאקטער. גאנץ לעצטנס איז אנטדעקט געווארן אין צפת דער קבר פון הגאון המקובל ר’ יהושע ן’ נון מתלמידי ר’ חיים ויטאל וואס האט געהאלפן פארשפרייטן זיינע כתבים, אין וועלכן ער ווערט באטיטלט אלס “הרופא המובהק” (מחקרים חדשים של הגליל, ספר שני עמ’ 234). אן אנדערע מצבה וואס איז געפונען געווארן איז פון “הרופא המובהק” ר’ אברהם ן’ עזרא, וואס איז געווען דער רופא העיר צפת בימי הב”י. אן אנדערער באקאנטער תלמיד פון רח”ו איז דער גאון ר’ חייא רופא פון די רבני צפת, וועלכער האט נאך געלערנט פונעם אריז”ל אליין, און לויט געוויסע איז ער מעגליך געווען א דאקטער און מיר טרעפן אים עוסק זיין אין אנגרייטן רפואות (א’ דוידסון, חכמי צפת בין השנים 1540-1615; מעמדם הדתי והחברתי).

  70. זע אין הקדמה צו חסד לאברהם וואו ער פארציילט איבער זיין לערנען חכמות אין דער יוגנט. אין בעלי ברית אברם ברענגט ער אסאך די ספרי פילוסופיה ורפואה ותכונה, פון די ראשונים און פון אריסטו און אל-גאזאלי וכדו’.

  71. עס זענען דא וואס זעען אין דעם אן ענליכקייט צו די טערקישע סופי מיסטיקער וואס פראקטיצירן א פארעם פון דביקות און חשק צו גאט דורך טאנצן און זינגען שירי אהבה. זע אויך אין ראשית חכמה שער האהבה פרק ד’ איבער די ”פרושים” וואס קען מיינען די סופיים.

  72. דער אריז”ל האט אבער נישט געהאלטן פון די פיוטים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך די משוררי ספרד וואס זענען פול מיט פילאזאפישע געדאנקען (שער הכוונות), בפרט דעם שיר ‘יגדל’ וואס איז געבויט אויף די י”ג עיקרים. טייל זעען דאס אלס קעגנערשאפט צום ענין פון י”ג עיקרים וואס דער רמב”ם האט אוועקגעשטעלט ע”ד חקירה.

  73. זע יוסף יהלום, שירה עברית מיסטית והרקע התורכי שלה, תרביץ ס. הנ”ל, ר’ ישראל נג’ארה, פעמים יג. ער שרייבט אז עס איז נישט אמת אז דער אריז”ל האט זיך אויסגעדריקט אז ער האט נשמת דוד המלך וויבאלד ער איז געווען פיל יונגער, אבער זיינע שירים זענען באטראכט געווארן אלס חלק פון די מנהגי האר”י.

    די לידער, “מיוסדים על אדני אופני ניגוני ערב ותוגרמה”, זענען ווארשיינליך געווען באקאנט ביים פאלק; מיר געפינען אים זיך באניצן מיט 150 טערקישע לידער, 60 אראבישע, און 30 שפאנישע, וואס דאס אלץ האט ער געגלויבט וועט יעדער קענען! (חנוך אבנארי, השיר הנכרי כמקור השפעה לישראל נג’ארה)

    זיין סטיל פון ניצן לשונות של חשק אין שירי קודש (און אזוי אויך ניצן ווערטער-שפילן אין די שירים וואס האבן א באדייט סיי אין לשה”ק און סיי אין טערקיש) האט אויסגערופן אויפברויז פון ר’ מנחם די לונזאנו פאר’ן “פארשוועכן די תפילות”, כאטש די גוי’אישע ניגונים שטערט אים נישט און ער אליין פלעגט דאס אויך טון. אויך ר’ חיים ויטאל טוט אים מיאוס אראפרייסן אין זיין ‘ספר החזיונות’.

  74. ר’ לוי דערמאנט די מחלוקת המקובלים והפילוסופים לגבי גלגול און האלט זיך נייטראל (שו”ת מהרלב”ח סי’ ח). ער האט זיך גע’שמד’ט באונס אלס קינד, און דער פאקט איז דערמאנט געווארן דורכאויס דעם פולמוס הסמיכה מיט מהר”י בירב, וועלכער אנערקענט אבער ר’ לוי’ס גרויסקייט בעניני חכמה. זע אויך א’ דוד, דרושיו של רבי לוי אבן חביב, קרית ספר 61 וואו ער ברענגט עניני מחקר.

    זיין טאטע איז געווען דער גרויסער גאון ר’ יעקב ן’ חביב, מחבר פונעם באקאנטן ‘עין יעקב’. ר’ יעקב האט נישט געהאלטן פון חקירה, ער רייסט אראפ די אידישע פילאזאפן און האלט בכלל נישט אז עס זענען פארהאן עיקרים אין דער תורה, א זאך וואס שמעקט פון חקירה (הכותב בע”י מגילה ב:). זע יוסף הקר, ר’ יעקב ן’ חביב, לדמותה של ההנהגה היהודית בשאלוניקי בראשית המאה הט”ז.

  75. ת-תסב. ער איז לכאורה אויפגעוואקסן אלס אנוס און שטודירט אין אוניווערזיטעט. ער איז געווען א גרויסער חכם און רופא מומחה, אן אסטראנאמער און פילאזאף און קענער פון פילע חכמות. ער האט געקענט אסאך שפראכן און זיך געהאלטן נאנט מיט די מוסולמענישע און קריסטליכע פירער אין ירושלים פון וועם ער האט פרובירט אפצולערנען וויאזוי צו פארבעסערן דאס אידישע קהילה לעבן. חוץ פון זיינע 2 בארימטע איידעמער איז ער אויך געווען דער טאטע פון הגאון ר’ עזרא מלכי פון סאלוניקי. (אליעזר ריבלין, לקוטים מפירוש על התורה מאת ר’ רפאל מרדכי מלכי. זע עמ’ 44 איבער דער ישיבה. צווישן זיינע פארשלאגן איז געווען צו מאכן ניתוחי מתים פאר אומבאשטימטע טויטן).

  76. משנת חכמים סי’ קיד, עיי”ש באריכות (ולקט הקמח אבות ג). דארט אין דער הקדמה ברענגט ער א ווארט פונעם קריסטליכן געלערנטן ‘וואלף’ (וואלף ברענגט אים אויך אין זיין בוך). זע סי’ תרכז זיין בקיאות אין היסטאריע.

  77. דער ספר, ‘פרי מגדים’, איז א שטיקל אנציקלאפעדיע אויף פילע חכמות. ער האט באקומען זיין דאקטאראט אויף מעדיצין אינעם אוניווערזיטעט אין ליידן, האלאנד. צו דעם האט אים געהאלפן צוגרייטן דער דאקטער משה אורוביו פון אמסטערדאם (גליליאו 118).

  78. אין שו”ת אבקת רוכל להב”י סי’ לד שרייבט דער גאון ר אברהם טריווש צרפתי (איטאליע-א”י, רל-שיב, מחבר פון ברכת אברהם) “והנני הולך להתעסק ברפואת חולה”, וואס דערפון איז משמע אז ער האט אויך עוסק געווען אין דאקטעריי.

  79. זהר עמר ויעל בוכמן, צוהר לעולמם של רופאים ומרפאים יהודים בארץ ישראל העות’מאנית, גליליאו 118. אויך אידישע שפיטעלער געפינען מיר אין ירושלים, זע Miri Shefer, Poverty and charity in middle eastern contexts. אן אינטערעסאנטן פאל געפינען מיר מיט א ירושלימ’ער געבוירענעם ‘שמואל ויוואס’ (שיג-שפא) וואס האט געלערנט תורה אין קבלה אין צפת, שפעטער איז ער געווארן א דאקטער ביים סולטאן אין טערקיי פאר 16 יאר, און דערנאך איז ער געווארן א קריסט אין רוים און האט געדינט אלס הויפט צענזאר איבער די אידישע ספרים.