ImageAlt.

מיין צעטיילט הארץ

your image alt

עקיבא שטראלי

ערב צווייטע טעג פסח תשפ״ד

א פאעמע

האלב א העיטער, האלב א לאווער,
האלב אויפגעדעקט, האלב אנדערקאווער.

האלב א ליגנער, האלב וואר,
האלב צעמישט, און האלב קלאר.

האלב פארמאכט, און האלב אפן
האלב דא, און האלב אוועקגעלאפן.

און דאס איז נאר א פראגע פון צייט,
ביז איך וועל מאכן דעם בייט.
די שלאכט אין מיין הארץ,
יא, נאר א פראגע פון צייט.
איך שלאף נישט, אבער אויך נישט וואך,
איך בין נישט דארט און נישט דא.

האלב אין ליבע, האלב פארלאשן,
האלב פרום, האלב אויסגעדראשן.

האלב באהאפטן, האלב א טייל,
האלב איך פלי, און האלב איך ווייל.

און דאס איז נאר א פראגע פון צייט,
ביז איך וועל מאכן דעם בייט.
די שלאכט אין מיין הארץ,
יא, נאר א פראגע פון צייט.
איך שלאף נישט, אבער אויך נישט וואך,
איך בין נישט דארט און נישט דא.

האלב פרייליך, האלב פארקלעמט,
האלב אקטיוו, און האלב פארלעמט.

האלב וויל איך נאך, און האלב וויל איך שוין נישט,
האלב וויל איך וועלן.