ImageAlt.

מיין שווער און ניקאָלאַס קאָפּערניקוס

your image alt

י.ג.

ערב פסח תשפ״ד

מיט אפאר יאר צוריק האב איך געזען אינעם ‘שבת בלעטל’ (9) ווי א שרייבער האט סאטיריש אראפגעלייגט דרייצן ‘נייע’ עיקרים וויאזוי אָלטראַ-ארטאדאקסישע/חרדי’שע אידן האבן היינט צוטאגס ‘ווידער-דעפינירט’ דאָגמעס אין אידישקייט. דער צווייטער ‘עיקר’ דארט איז געווען אז עס זענען נישט דא קיין רעות בעולם און יעדעס פורעניות וואס קומט פאָר וואו אימער אויף דער וועלט איז אך ורק בשביל ישראל. דאס האט ארויסגעברענגט דעם געדאנק ווי חרד’ישע אידישקייט כהיום לייגט א געוויכט אז די איינציגע ברואים אויף דער וועלט וואס מאכן אויס זענען נאר אידן; אנדערע מענטשן וכ”ש ברואים מאכן לגמרי נישט אויס - נישט ביי אונז און נישט ביי הקב”ה.

דאס האט מיך דעמאלט געמאכט טראכטן אז די אומריכטיגע קאנסעפציע איז בעצם נאך טיפער. דאס איז ווייל דורכאויס רוב פון איר היסטאריע, האט זיך פאר’ן מענטשהייט בכלל געדאכט אז זי איז דער צענטער פון דער בריאה און אלעס דרייט זיך ארום איר. דאס דערקענט זיך אין ווי אזוי רעליגיעס איבער דער וועלט האבן זיך פארמולירט, און ווי אזוי די געטער - און עווענטועל דער איינציגער מאַנאָטעאיסטישער גאט - געבן זיך אפ און דרייען זיך בעיקר ארום דעם מענטש און זיינע מעשים. אפילו ווען דער מענטש איז שוין געווארן מער פארגעשריטן און האט זיך שוין גענומען פארשן, האט זיך די פּאראדיגמע ווייטער אפגעשפיגלט אין זיין קאסמאלאגישער קאנסעפציע. אפילו נאכדעם וואס מ’איז אויסגעוואקסן דעם בּבלי’שן מאדעל וואו די וועלט איז פלאך און דער הימל(ען) וצבאיה זענען ווי א כיפה/רונדיגער דאך וואס נעמט איר ארום, צו דער מער-פארגעשריטענער ‘פּטאָלעמעאישער’ קאנסעפציע, וואו די וועלט אליין איז רונדיג און די איבריגע צבאים זענען בגלגלים (גערופן דער “דזשיאָסענטריק מאדעל”) - האט אבער דער אויבן-דערמאנטער וועלט-אויסקוק נאך אלץ אנגעהאלטן: אונז, און דער כדור הארץ, זענען דער סאמע צענטער, וממילא עיקר, פון דער בריאה - אלעס אנדערש איז ארום ‘איר’ און ‘אונז’.

דעם אויסקוק קען מען אויך זען אפגעשפיגלט אין טייל ראשונים וואס האבן טאקע עוסק געווען בתור מדע אין די קאסמאלאגישע מאדעלן, ווי למשל דער רס”ג אין ספר האמונות והדעות בריש מאמר ד’ (עיין ג”כ בכוזרי מאמר ד’ אות ט”ו). דאס איז דערנאך און כהיום געווארן אויסגעברייטערט צו דעם אז דער ‘מבחר האנושי’, און אין אונזער קאנטעקסט, דער ‘תכלית שבתכלית’ - איז די אומה הישראלית. וממילא איז דאס אז די בריאה און אלע מאורעות שבה דרייען זיך ארום אידן שוין כהיום געווארן אן ‘עיקר אמונה’ ביי אידן, ווי ערווענט אינעם ‘שבת בלעטל’ ארטיקל.

דער געדאנק אבער - אז דער מענטש איז ‘ספעציעל’ און דער עיקר ממבט הבריאה - האט זיך אבער אנגעהויבן בייטן מיט דער ‘קאָפּערניקאן רעוואלוציע’. ניקאָלאס קאָפּערניקוס האט, ווי באקאנט, געשאפן און אויפגעוויזן אז דער וועג ווי אזוי מ’האט זיך געהאט פארמולירט דעם אויסשטעל פון דער קאַסמאָס איז נישט ריכטיג - עס איז נישט די וועלט וואס איז אין צענטער און ארום איר דרייט זיך אלעס, נאר די זון איז אין צענטער און ארום איר גייען די פלאנעטן, ובתוכם אונזער וועלט (גערופן דער “היליאָסענטריק מאדעל”). דאס איז דערנאך אויסגעברייטערט געווארן אז אונז זענען נאר ארום איין שטערן, אונזער זון, וואס איז אינעם דרויסנדיגן חלק פון א גאלאקסיע פון ביליאנען שטערנס, וואס די גאלאקסיע אליין איז א חלק פון בילאנען גאלאקסיעס אין דער יוניווערס. נאך שפעטער איז געקומען איינשטיינ’ס באקאנטע טעאריע פון רעלאטיוויטי, וואס עפי”ז איז בטל געווארן דער גאנצער געדאנק פון א צענטער בכלל – אלעס ווענדט זיך אינעם פערספעקטיוו און אינעם “רעפערענס פרעים” פונעם אבּזערווירער.

אלס א פועל יוצא דערפון, זענען פארהאן צוויי פּרינציפּן וואס האבן א שייכות איינער מיט’ן אנדערן. דער ערשטער איז אין קאסמאלאגיע, און וואס מ’האט טאקע א נאמען געגעבן נאך קאָפּערניקוס: “דער קאָפּערניקאן פּרינציפּ”. דאס לויטעט, בקיצור, אז בעצם פון וואו אימער מען זאל נאר אבזערווירן די יוּניווערס וועט עס אויסזען מער-ווייניגער אייניג און דאס זעלבע. והיינו, אז אונז, אויף דער וועלט, זענען נישט קיין ספעציעלע און אויסגערופענע אבּזערווירער פון דייקא אונזער קוק-ווינקל. דאס איז אין איינקלאנג מיט דעם אז קאָפּערניקוס האט אויפגעוויזן אז אונזער וועלט האט נישט קיין ‘ספעציעלער’ מקום אלס דער צענטער.

דאס האט מען אויסגעברייטערט צום [קאנטראווערסיאלן] פילאזאפישן מידיאַקריטי פּרינציפּ דערין. דאס (בקיצור) זאגט נאך מער, נעמליך, אויב האט מען א סעט פון פארשידנארטיגע זאכן וואס צווישן זיי זענען דא אפאר ספעציעלע זאכן און אסאך סתם זאכן וואס זענען אייניג, איז דאך עפ”י פּראבעביליטי מער מצוי ושכיח אז אויב נעמט מען עפעס ארויס פון זיי בסתם אז דאס זאל זיין פון די סתם זאכן, פון וואס עס געפינען זיך דארט מער, ווי איידער פון די ספעציעלע זאכן פון וואס עס געפינען זיך דארט ווייניגער. דאס זעלבע איז בנוגע דעם מין האדם שבתוכו נפש השכלית, ומקומו: אונז, אין אונזער מקום בעולם זעען מיר נישט “ספעציעל” און עס איז פונקט אזוי שייך, צב”ש, אנדערע ברואים און וועלטן אזוי ווי אונז. אין קורצן לויטעט דאס, אז מ’זאל אננעמען אז אונז קומען מיר פון דער דורכשניטליכער סעט און נישט פון עפעס “ספעציעל”.

הגם דאס אלעס איז נישט ממש אינגאנצן אין איינקלאנג מיט מחשבת יהדות, טרעפן מיר אבער אביסל ענליך צום שורש פון דעם געדאנק אינעם רמב”ם (מו”נ ח”ג פי”ג). ווי דער נרבוני, שם טוב, און אברבנאל (בהחסלת) זענען מסביר, וויל דער רמב”ם מסיר זיין די תלונה פון דעם אז דער מענטש איז סובל רעות. ווארום אויב איז ער דער מבחר ותכלית הבריאה ווי קומט זיך אים צו ליידן אזוי? אויף דעם זאגט דער רמב”ם אז דאס גאנצע זוכן א תכלית בכלל, און בפרט: שטעלן דעם מענטש ומין האדם אלס דער תכלית - איז נישט אין פלאץ. דער מענטש איז נישט דער תכלית האחרונה של הבריאה, ווייל דער תכלית הבריאה איז נאר רצון הקב”ה, שהיא עצמותו ממש. ס’האט אים כביכול גארנישט געפעלט בעפאר דעם - און בריאת האדם האט אים מיט גארנישט ערגענצט נאך דעם. פון דעם קומט ארויס, אז בעצם, הגם מיר האבן, רעלאטיוו, מעלות העכער אנדערע בע”ח, און מיר פארמאגן טאקע די נפש המשכלת וואס מיר קענען זיך דערמיט עטוואס עטוואס מדמה ומקשר זיין לקונו, זענען אונז אבער **נישט ספעציעל – זיכער נישט ממבט הבריאה ותכליתה. (שפינאזע האט דאס נאך מער אויסגעברייטערט.) און דער רמב”ם איז דערנאך ממשיך אינעם נעקסטן פרק, אז אפילו צו זאגן אז דער מענטש איז פשוט “ספעציעל” לעומת הקאַסמאָס איז אויך נישט ריכטיג (הגם דער רמב”ם רעדט פונעם מיטל-אלטער מבט אז די גלגלים און דער קאַסמאָס זענען בעלי שכל והשגה). דאס וואס עס דאכט זיך אונז יא אזוי, איז פשוט מכח אונזער אנטראָפּאָסענטריזם וואו אונז, זייענדיג אונז, מיינען אז “מיר” זענען דער עיקר.

(עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז אפילו דער אור ה’ וואס דינגט זיך מיט דעם און האלט יא אז דער מענטש איז תכלית הבריאה (מאמר ב כלל ו פ”ג), און וויל מפרש זיין דעם רמב”ם אז ס’איז יא בעצם דא א תכלית המציאות בכלל און עס איז בעצם יא אין פלאץ צו חוקר זיין אחר זאת התכלית הגם עס איז גאר שווער (שם פ”ה) - האלט אבער פארט אז אפילו פון א “דזשיאָסענטריק מאדעל” איז מעגליך אז עס זענען דא אן אינפיניט צאל פון וועלטן מיט ברואים דערין (שם מאמר ד דרוש ב); ענליך צום געדאנק פונעם מידיאַקריטי פּרינציפּ.)

פאר מיר פערזענליך איז דאס ארויסגעקומען צום אויבערפלאך מיט מיין שווער שליט”א. מיין שווער שליט”א איז באמת א צדיק פון א איד און א תמים בדרכיו, און אין די לעצטע פּאר יאר האט אים ליידער באטראפן עטליכע שוועריקייטן וואס ער באטראכט אלס עונשים. ער האלט זיך אין איין פארבעסערן (הגם, כאמור, איז ער לדעתי סתם אזוי א צדיק יסוד עולם) אבער עס ווערט אים נישט בעסער – אפשר גאר ערגער. ער האלט אין איין מאכן גאנצעטע קאַסמיק-חשבונות אויף וואס מ’וויל פון אים: אפשר דאס אדער אפשר יענץ. והגם מ’קען און מ’זאל טאקע אננעמען אז שלעכטע מאורעות אויף א מענטש רופן און וועקן אים צו תשובה ותיקון מעשיו, ווי דער רמב”ם אליין זאגט אין הל’ תענית (פ”א ה”ג) און ווי צוגעברענגט אינעם פריערדיגן מאמר, איז אבער דאס מאכן חשבונות אויף וואס “וויל” דער באשעפער פון “אים”, נישט אין פלאץ. דאס קומט פון דער אי-הכרה אז דער מענטש, הכלל או הפרט, איז נישט דער צענטער ועיקר פון דער בריאה אז די קאסמאָס וכל אשר בה דרייען זיך ארום אים, וממילא איז שפעקולירן על מה עשה ה’ ככה “לו” בכלל א טעות מיסודו.

איך גלייב אז אויב מען איז דאס מכיר, ובנוסף צו מיינע צוויי פריערדיגע מאמרים אין וועקער נומער 18 און אין נומער 19, קען דאס העלפן דעם מענטש גרינגער בייקומען שוועריקייטן וואס ער גייט חלילה דורך. ויה”ר שנרווה אך טוב.

אדענדום

עס דארף באטאנט ווערן אז דאס אלעס איז ל״ד א סתירה מיט דעם געדאנק פון ״מה חובת האדם בעולמו״, וואס איז אויך אן ענין פון בקשת תכלית. דאס איז ווייל ווי דער אברבנאל זאגט אין סוף פון זיין ‘שמים חדשים’ (עיון ד’ דרוש ו’) קען די שאלה פון בקשת תכלית זיך ווענדן אין פּערספּעקטיוו. למשל, ווען א שניידער מאכט א קלייד, איז טאמער באטראכט מען די שאלת התכלית פונעם שניידער׳ס, דעם פּועל׳ס, פּערספּעקטיוו, איז דער תכלית צו לייזן געלט דערפון; דער עיקר איז אויסדריקליך נישט דאס קלייד אליין. אויב באטראכט מען דאס אבער פונעם קלייד׳ס, דעם פָּעול׳ס, פּערספּעקטיוו, איז דאס אויף כדי צו ווערן אנגעטון. דאס זעלבע איז בנוגע בקשת תכלית העולם: פונעם יוצר׳ס פּערספּעקטיוו קענען מיר דאס נישט משיג זיין מער ווי זאגן ״רצונו״ - און זאגן אז אונז זענען ״תכלית הבריאה״ איז נישט אין פלאץ. משא״כ ווען אונז באטראכטן זיך, דעם יצור פון דער מענטשהייט, פון אונזער אייגענער פּערספּעקטיוו, איז דער תכלית אונזערע להתדמות לקוננו במה שאפשר; אפגעזען צי מיר זענען ״יוּניק״ ומיוחד על הכלל כולו צי נישט. (מיט דעם פארענטפערט ער די אנגעבליכע סתירה אז דארט שפעטער אינעם מורה, בפכ”ה, זאגט דער רמב”ם אז ס’איז יא דא א תכלית פאר’ן מענטש לגבי בריאתו ע”ש. מ’קען מיט דעם אפשר אויך פארענטפערן דאס וואס דער רמב”ם זאגט אין זיין הקדמה לפירוש המשניות אז אלעס וואס איז אונטער דעם גלגל הירח איז באשאפן געווארן לצורך האדם ע”ש; והיינו נמי פונעם מענטשנ’ס פּערספּעקטיוו דייקא. הרב דר. נחום לאם ז”ל האט געהאלטן אז דער רמב”ם האט צוריקגעצויגן פון וואס ער האט געהאט געשריבן אינעם פירוש המשניות אין זיינע יונגע יארן1. און ווי ר’ אברהם בן הרמב”ם זאגט נאך אין זיין מעשה נסים (סוף תשובה ז) בשם זיין פאטער, אז מען זאל זיך ענדערש פארלאזן אויף דאס וואס מען טרעפט געשריבן אין זיין משנה תורה ווען ס’איז פארקערט פון פירוש המשניות, ווייל עס איז מער מדוקדק ע”ש, ולכאורה ה”ה למש”כ בהמורה היפך מש”כ בפירוש המשניות.)

דאס האט ענליכקייטן צו אן אנדערן פּרינציפּ אין קאסמאלאגיע, וואס איז אביסל מקושר צום אויבן-דערמאנטן “קאָפּערניקאן פּרינציפּ”: דער “אַנטראָפּיק פּרינציפּ”. דאס האט מערערע נוסחאות, אבער איינער פון די געדאנקען דערין ווערן גענוצט אויף אפצואווארפן א ווערסיע פונעם באקאנטן טעאיסטישן ״טעלעאלאגישן ארגומענט״ - “דער ארגומענט פון דעזיין״. דער ארגומענט טענה׳ט, אז פון דעם וואס מ׳זעט אז די וועלט איז, און ארבעט, מיט אזא סדר, איז מוכרח אז עס האט א פועל וואס האט דאס אוועקגעשטעלט אזוי במכוון - והיינו ג-ט - און איז נישט במקרה. ועיין לדוגמא בחובות הלבבות, שער היחוד פ״ו.

עס איז טאקע מערקווירדיג צו באטאנען אז דער רמב”ם, אין ח”ב פי”ט, ניצט דעם ארגומענט, אבער נאר לגבי הברואים שהם למעלה מגלגל הירח וואס ווערן נישט נפסד, ועיין בריש ‘שמים חדשים’ מהאברבנאל. און דאס איז הגם ער לאזט פאלן ווערטער אין פי”ג אז די צמחים זענען יא לתכלית קיום הבע”ח. דער ‘שם טוב’ דארט מאכט א חילוק צווישן “תכלית כל נמצא טבעי” און “תכלית האחרונה” ע”ש. דאס איז על אף דעם אז קריטיקירער פן דעם ארגומענט, ווי צב”ש דער סקאטישער פילאזאף דוד הום, האבן גע’טענה’ט אז דער ארגומענט טוט אנטראפּאמארפיזירן ג-ט אין דעם אז עס שטעלט אים צו מענטשליכע מושגים פון א “פועל”; עפעס וואס דער רמב”ם איז געווען גאר אנטקעגן אין זיין נעגאטיווער טעאלאגיע.

אין פיזיקס זעט מען דאס בנוגע די פינקטליכע וועליוּס פון די פונדאמענטאלע געזעצן אין פיזיקס, וואס ווען זיי זענען אביסל מער אדער ווייניגער וואלט די בריאה - ווי אונז פארשטיין איר - ובפרט די מענטשהייט, נישט געקענט עקזיסטירן. ועכ”כ אז דער פיזיקער דר. ליִ סמאָלין שאצט אז דאס אז ס’איז אזוי אויסגעשטעלט איז א שאנס פון 1 אין 1022910^{229} - איינס פון א צאל מעגליכקייטן וואס באשטייט פון א נומער וואס האט 1 מיט 229 זעראס דערנאך!2 דאס רופט זיך ״פיין-טוּנינג״, און איז אנגעבליך א ראיה צו דער עקזיסטענץ פון א ג-ט וואס האט דאס במכוון באשאפן און אויסגעשטעלט אזוי.

דער “אַנטראָפּיק פּרינציפּ” ווערט אבער געניצט דאס אפצוענטפערן. והיינו, אז עס איז טאקע יתכן אז די וועליוּס פון די געזעצן וואלטן געקענט פונקט זיין אנדערש, אבער דאס אז דער מענטש קלערט יעצט אריין דערין און איז דא, טוט באדייטן אז די געזעצן האבן זיך שוין טאקע פונקט אויסגעשטעלט אזוי על אף אז דאס איז געווען גאר גאר גאר אָנלייקליִ מעיקרא; ווען נישט, וואלט ער דאך נישט עקזיסטירט און געקענט בכלל דא זיין צו אריינצוקלערן דערין, און זיין איבערראשט דערפון. אן אנדערער וועג פון דאס באטראכטן איז, אז דער מענטש, זייענדיג א מענטש, קען נאר זען די פּאראמעטערן און געזעצן וואס לאזן צו לעבן וממילא דאס מציאות פונעם מענטש; ס’איז דאך נישט מעגליך פאר אים צו זען עפעס אנדערש און אנדערע פּאראמעטערן וואס לאזן דאס נישט צו3. דאס גייט אזוי ווייט אז עס זענען אזש דא וואס ווילן דאס נוצן - דעם פּרינציפּ אין א ‘שטארקן’ פארעם - אויף צו זאגן אז די בריאה ״מוז״ האבן אט די וועליוּס און פּאראמעטערן, ווייל ווען נישט וואלט דאך נישט געווען קיין באשעפענישן דאס צו אבּזערווירן און וויסן בכלל. וממילא צו קענען בכלל אבּזערווירן ‘א’ וועלט מוז עס האבן וועליוּס און פּאראמעטערן וואס לאזן צו לעבן - על אף אז על הכלל כולו קען עס זיין גאר אסאך אנדערע וועליוּס.

דאס ווערט געשטארקט און גייט אין איינקלאנג מיט ווערסיעס פון דער “מאָלטיווערס” היפאטעזיע, וואס לויטעט אז איה”נ עס זענען דא א געוואלד, צי גאר אן אינפיניט צאל, פון “אנדערע” יוניווערסעס, צי “אינזל/בּאָבּל יוניווערסעס” צי יוניווערסעס וואס זענען געווען איינער נאכ’ן אנדערן (כעין “בונה עולמות ומחריבן” (ב”ר ג, ז), פון וואס סיי דער רמב”ם (מו”נ ח”ב פ”ל) און סיי דער רלב”ג (מלחמות ה’ מאמר ו’ ח”א פ”ג) האבן נישט געהאלטן), וואס פארמאגן אנדערע וועליוּס וכדומה, אבער אונז קענען נאר אבזערווירן דעם אין וועלכן אונז קענען בכלל צושטאנד קומען און עקזיסטירן. דאס, לגבי יונווערסעס בכלל אין דער קאנטעקסט, איז אויך אין דעם געדאנק פון אויבן-דערמאנטן ‘מידיאַקריטי פּרינציפּ’. (הגם בעצם איז דאס נישט ממש אין איינקלאנג מיט’ן אַנטראָפּיק פּרינציפּ, וואס לפי”ז קען מען דאך נישט ממש זאגן א טעזע בנוגע דאס וואס לאזט צו לעבן און ווי שכיח דאס איז. ווי אויך אז לאידך גיסא גיבט דער פּרינציפּ דאך עפעס א ‘ספעציעלקייט’ פאר’ן מענטשליכן אבזערווירער, אז זיין מצב מאכט דאס מוכרח אז ער זעט וואס ער זעט4. ובנוגע מולטיווערס היפאטעזעס בכלל ביחס צו דעזיין ארגומענטן, באטאנט טאקע דר. העלגע גראף אז זיי ליידן פון אן ענליכן פראבלעם פון דעזיין ארגומענטן, ובפרט לפי דער ווערסיע דערפון פון ‘אינטעלידזשענט דעזיין’. והיינו, אז זיי קענען בכלל נישט ווערן אויסגעפרואווט5. די קריטיק אנבאלאנגט די אבער די פּרינציפּ(ן) בכלליות6 געדאנק איז אז דאס איז נאך פונקט אזוי מסתבר און האלט אויס. ווי אויך האט צב”ש טשארלס דארווין גע’טענה’ט אז דער “פראבלעם פון שלעכטס” איז דאך א פירכא צו אט דער ‘דעזיין’ טעזע פאר אן פּערפעקט דיזיינער; אן “ארגומענט פון שוואכער דעזיין” קעגן מציאותו ווייל עס צייגט אויף דיסטעלעאלאגיע און דאס אי-תכלית פון דער בריאה.)

(עס דארף באטאנט ווערן אז דאס איז אלעס נאר אויב ס’איז בכלל שייך אז די געזעצן וואלטן געקענט האבן אנדערע וועליוס; עס איז נישט מוכרח, און עס איז יתכן אז עס זענען דא אונטערליגנדע פיזישע סיבות וואס דערלאזן נישט אנדערע וועליוס.)

מען קען באטראכטן דעם פּרינציפּ ווי עס זאגט אז מ׳זאל דאס באטראכטן פון דער פארקערטער ריכטונג: מען זאל דאס נישט אלעס באטראכטן פונעם פּערספּעקטיוו פון ‘על הכלל כולו’ נאר מ׳זאל אנהויבן פונעם פּערספּעקטיוו פון דער מענטשהייט ממש - איינמאל מ’האלט שוין לאחר מזה אז ער איז שוין דא. און ענליך איז בנוגע בקשת תכלית המציאות בכללה: איה״נ אז אונז זענען נישט דער עיקר הבריאה, אבער דאס איז ווען מען באטראכט דאס אלעס על הכלל כולו אינדרויסן פון אונזער קוק-ווינקל; ווען מ׳הייבט אָן פון אונזער קוק-ווינקל דוקא, איז ״אונז״ כלפי דער וועלט והקב״ה האבן יא א תכלית פון ״אונזער״ באשאפן ווערן, וואס אונז קענען יא פארשטיין, פרעגן, פארשן און ענטפערן דערויף.

ולסיים מעין הפתיחה, איז משמע פונעם מאירי אין יבמות סג. ענליך צו דעם געדאנק. די גמרא זאגט דארט, “א”ר אלעזר בר אבינא, אין פורענות באה לעולם אלא בשביל ישראל”. זאגט דארט דער מאירי אז ס’מיינט דאס וואס פאסירט צום פערזענליכן מענטש אליין. ווי אויך איז משמע בדבריו אז דער געדאנק איז ל”ד אז דאס איז טאקע געקומען להעולם “צוליב” אים/אידן. נאר עס איז א לימוד פאר’ן איד אז ער זאל דאס באטראכטן פון זיין שטאנדפונקט, “כאילו” עס איז געקומען וועגן אים, און ער זאל מטיב זיין דרכיו ע”ש. דאס איז ענליך צו דעם פריערדיגן געדאנק אז עס ווענדט זיך פון וועלכן שטאנדפונקט מען באטראכט א זאך.

נאטיצן

  1. Lamm, N. (1965). Man’s position in the universe: A comparative study of the views of Saadia Gaon and Maimonides. The Jewish Quarterly Review. 55(3). pp. 208-234.

  2. Smolin, L. (1997). The life of the cosmos. Oxford University Press. Oxford, England. p. 45

  3. Sober, E. (2009). Absence of evidence and evidence of absence: Evidential transitivity in connection with fossils, fishing, fine-tuning and firing squads. Philosophical Studies, 143(1). pp. 63-90.

  4. Carter, B. (1974). Large number coincidences and the Anthropic Principle in cosmology. IAU Symposium 63: Confrontation of Cosmological Theories with Observational Data. Dordrecht: Reidel. pp. 291–298

  5. Kragh, H. (2015). Higher speculations: Grand theories and failed revolutions in physics and cosmology. Oxford University Press. Oxford, England. p. 285

  6. Pagels, H. R. (1985). A cozy cosmology. The Sciences, 25(2). pp. 34-38.