ImageAlt.

חָכְמָה וּמַדָּע תֶּן לִי, וְאֵצְאָה לִפְנֵי הָעָם הַזֶּה

your image alt

איזי פאזען

ערב פסח תשפ״ד

מיין ציל צו לערנען אידישע קינדער סייענס

נָתַתִּי אֶת-לִבִּי, לָדַעַת חָכְמָה, וְלִרְאוֹת אֶת-הָעִנְיָן, אֲשֶׁר נַעֲשָׂה עַל-הָאָרֶץ (קהלת ח:טז).

װען איך בין אַלט געווען זיבעצן יאָר האָב איך אַנטדעקט די וועלט פון וויסנשאַפט און סייענס. אַלס אַ חַסִידִישֶׁע אינגל וואָס איז געגאנגען נאָר אין פרומע, חַסִידִישֶׁע מוֹסְדוֹת, האָט מען מיך אויסגעלערנט אַז דאָס סאַמע שפּיץ פון חָכְמוֹת הָעוֹלָם איז דאָס וואָס חַזַ”ל קענען אויסרעכענען פַּיי (π\pi), און אַז דער הייליגער זוהר זאָגט שוין אַז די וועלט איז רונדיג, נאָך פאַר אַלע גוֹיִשֶׁע חַכָמִים האָבן דאָס אויסגעטראָפן. איך בין געווען דער אויבער-חָכָם פון כיתה וויבאלד איך האָב געקענט מַסְבִּיר זיין פאַרוואָס עראָפּלאַנען פאַלן נישט “אַראָפּ” אויפן וועג קיין אויסטראַליע. מֹשֶׁה יאנקל, מיין חַבְרוּתֶא, און דער עִילוּי פון יְשִׁיבֶה, האָט ביי די זעכצן ערשט אויסגעטראָפן אַז דער כַּדוּר הָאָרֶץ איז טאַקע אַ כַּדוּר און נישט פלאַך. אַ ליטוואַק געווען, אַפָּנִים נישט געלערנט קיין זוֹהֵר.

אָנגעפאַנגען האָט זיך דאָס פאַר מיר מיט’ן אַנטדעקן דעם סֵפֶר הַבְּרִית. אין אֶמֶת’ן אַריין האָט דער רֶבִּי זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ נישט געהאַלטן פון דעם אַז בָּחוּרִים זאָלן זיך פאַרקוקן אין אַזעלכע סְפָרִים, אָבער אין יְשִׁיבֶה האָב איך געטראָפן אַן אַלטן באַנד, שטויב האָט עס געזאַמלט, און איך האָב דאָס שוין פון די הענט נישט אַרויסגעלאָזט. היינט איז דער סֵפֶר אין יְשִׁיבֶה שוין לאַנג נישטאָ. ווער ווייסט צי ס’האָט בִּכְלַל זוֹכֶה געווען קומען צו קֵבֶר יִשְׂרָאֵל אין שֵׁמוֹת אַריין. אֶמֶת, דער מְחַבֶּר איז געווען אַ איד אַ יְרֵא שָׁמַיִם, ס’האָט אַפִילוּ אַ הַסְכָּמֶה פון הייליגן חַתַם סוֹפֶר אַליין! אָבער שַׁאנִי מִינוּת דְמָשְׁכִי. און אַז נישט מִינוּת, איז אַבִיזְרֵהוּ דְמִינוּת. מיט פייער שפילט מען זיך נישט! איר ווייסט שוין וואס איך מיין.

די שֵׁדִים און מַזִיקִים, די שֵׁמוֹת הַקְדוֹשִׁים און די כּוֹחוֹת הַטוּמְאָה וואָס האָבן דאָמינירט די ליין-מאַטעריאַל פון מיין יוגנט, האָבן אין מיר געפאָרעמט אַזאַ הַשְׁקָפַת עוֹלָם, אַ צִיוּר פון דעם מְהוּת, וואָס איז גאָר אומאָפּטייטשבאַר, גאָר מיסטעריעז. העכערע זאַכן. דו ווייסט דען עפעס וויאַזוי דער אייבערשטער פירט זיין וועלט? דו האָסט דען אַ מוּשֶׂג וואָס ס’טוט זיך אָפּ אין די עוֹלָמוֹת הָעֶלְיוֹנִים? די מִלְחֶמֶת הָאוֹר בַּחוֹשֶׁך? ס’איז אַלץ הַשְׁפָּעוֹת, צִינוֹרוֹת! וואָס ס’טוט זיך אָפּ דאָ אונטן איז דאָך נאָר אַ צֵל, אַ שאָטן, פון דְבָרִים שֶׁכִּסְאָם עַתִּיק יוֹמִין.

Image of a donosaur
דער מחבר

באַלד האָב איך אין מיין שוועסטער’ס לערן-ביכל באַגעגנט נְיוּטָאנ’ען. מיט מיידלעך איז דאָך כְּאִילוּ מְלַמְדוֹ תִּיפְלוֹת, שאַדט נישט אַז מ’פילט זיי אַביסל אן די צייט מיט חָכְמָה בַגוֹיִם תַּאמִין – גע’כַּשֶׁר’ט, צענזורירט, פאַרשטייט זיך. האָב איך דאָרטן אַנטדעקט דאָס פאָלגנדע שטיקל תּוֹרָה.

רַבֵּינוּ נְיוּטָאן זאָגט אַזוי: מיר ווייסן דאָך שוין אַז אויפ’ן כַּדוּר הָאָרֶץ איז דאָ א כֹּחַ הַמְשִׁיכֶה, דער גראַוִויטִי. גאַלילעאָ האָט שוין אויסגעפונען עַל פִּי עקספּערימענט, אַז דאָס שלעפט אַלץ צו זיך מיט אַן אייניגע פאַרשנעלערונג: גרויסע, וועגעדיגע חַפֵצִים, מיט קליינטשיגע גַם יָחַד, אויב דו לאָזט זיי אראָפּ אין דער זעלבער רגע, דערגרייכן זיי די ערד בּאוֹתָה שָׁעָה מַמֶשׁ (ווען ס’נישטאָ קיין קעגנשטעלנדע לופט). איז דאָך אַ פֶּלֶא. איינס וועגט דאָך פיל מער פונעם צווייטן, וואָס מַחְמַת דעם האָט רַבֵּינוּ אַרִיסְטוֹ טאַקע געהאַלטן פּונקט קאַפּויער? אָבער הַלָכָה כְבַתְרָאִי.

Image of a Galileo Galilei
גאַלילעאָ

קומט ניוטאָן און זאָגט אַזוי: פאַר אַ גרויסע חֶפְצֶא דאַרפסטו האָבן מער כֹּחַ אים צו רירן פון אָרט – וויבאלד ער האָט מער אינערציע. ממילא, כאטש ס’איז אֶמֶת אַז די גראַוויטעטישע קראַפט ווירקט שטערקער אויף דער מאַסיווער חֶפְצֶא, דארף מען אבער מֵעִיקָרָא טאקע האָבן מער קראַפט אים צו רירן פון ארט און אים שלעפן צו דער ערד. מצד שני, דער קליינטשיגער חפץ וועגט טאַקע ווייניגער, אָבער ס’דאָך גרינגער אים צו שלעפן. דערפאַר ווען ס’קומט צום פאַלן, פאַלן זיי אַלע אייניג.

בום! אַ חִידוּשׁ! און דאָס איז אַזאַ עלעגאַנטער חִידוּשׁ, אַז אַ פופצן יעריג קינד וואָס קען אַביסל אַלגעבראַ קען דאָס מוֹכִיחַ זיין פון ניוטאָנ’ס צווייטן געזעץ פון באַוועגונג, מיט צוויי דריי שׁוּרוֹת מאַטעמאַטיק (זע קעסטל).

Image of Newton
אייזעק נְיוּטָאן

אַ חֵפֶץ מיט אַ מאַסע mm אין אַ גראַוויטעטישע פעלד מיט שטאַרקייט gg, האָט אַ וואָג:

W=mg(1)\tag{1} W = mg

ניוטאָן’ס צווייטע געזעץ פון באַוועגונג איז:

אַ חֵפֶץ מיט אַ מאַסע mm, וואָס שפּירט אַ כֹּחַ FF, פאַרשנעלערט זיך מיט,

a=FmF=ma(2) \tag{2} a=\frac{F}{m} ↔F=ma

צוויי חַפֵצִים AA און BB האָבן, באַזונדער, מאַסעס mAm_A און mBm_B. זייערע וואָג זענען,

WA=mAgWB=mBg(3)\tag{3} \begin{aligned} W_A = m_Ag\\ W_B = m_Bg \end{aligned}

וואָג איז אַ כֹּחַ, דערפאַר קען מען מְמַלֵא-מָקוֹם זיין WW מיט FF. צוזאַמלייגנדיג (2)(2) מיט (3)(3), באַקומען מיר,

FA=mAg=mAaAFB=mBg=mBaB(4)\tag{4} \begin{aligned} F_A = m_Ag = m_Aa_A\\ F_B = m_Bg = m_Ba_B \end{aligned}

וואו aAa_A און aBa_B זענען די פאַרשנעלערונגען פון AA און BB באַזונדער.

די mm קען מען מְבַטֵל זיין פון ביידע זייטן פון די גלייכונגען. בלייבן מיר איבער מיט,

g=aAg=aB\begin{aligned} g = a_A\\ g = a_B \end{aligned}

דאָס הייסט אַז,

aA=aBa_A = a_B

האָבן מיר מוֹכִיחַ געווען אַז נישט קיין חִילוּק די מאַסע פון אַ חֵפֶץ, וועט עס אייביג פאַלן מיט די זעלבע פאַרשנעלערונג אונטער גראַוויטי.

אַזאַ שטיקל חָכְמָה איז פאַר מיר געווען כְּמַיִם קָרִים עַל נֶפֶשׁ עֲיֵפָה. ס’איז אַן אַנדערע וועלט. ס’איז אַ ראַציאָנאלע וועלט, אַ וועלט וואָס מ’קען פאַרשטיין, מ’קען באַשרייבן, מ’קען פאָרשן. אַז ס’איז יֶשׁ מַנְהִיג לַבִּירָה, איז עס דאָך נישט סְתַּם אַ וועלט; ס’איז דעם באַשעפער’ס וועלט! דאַרף מען אים דאָך אַוַדְאֵי פרובירן צו פאַרשטיין, ס’דאך מַעשֵׂי אֶלוֹקֵינוּ אַליין!


אַ מענטש דאַרף קענען זיין וועלט, זיין וואוינאָרט. הַחְלָטוֹת מאַכט מען אין לעבן באַזירט אויף די רעלעוואַנטע פאַקטן. וויאַזוי זאָל איך לעבן מיין לעבן? וואָס זאָל איך גלייבן? כְּדֵי צו ענטפערן די שַׁאלוֹת דאַרפסטו זיך באַקענען מיט’ן לעבן, זיך באַקענען מיט דער וועלט. דו דאַרפסט וויסן וואָס ס’גייט פאָר, וויאזוי זאַכן אַרבעטן.

אֵין מִקְרָה בָעוֹלָם. ס’זענען דאָ חוּקִים וּמִשְׁפָּטִים וואָס לויט זייערע געזעצן פירט זיך די וועלט. האָב איך אַלס בָּחוּר געלערנט די געזעצן מיט דורשט. אַמאָל זיך אריבערגעכאַפט צום ביבליאָטעק, אַמאָל אריינגעשווערצט אַ סֵפֶר’ל טאַקע אין יְשִׁיבֶה אַריין, האָב איך אָנגעהויבן צו לערנען איבער די דְבָרִים הָעוֹמְדִים בְּרוּמוֹ שֶׁל עוֹלָם. איך האָב געלערנט וועגן אַטאָמען, וועגן ליכט, וועגן מאַקסוועל און איינשטיין – די גְדוֹלֵי הַדוֹרוֹת, וואָס זייערע חִידוּשִׁים האָבן אויפגעלויכטן אַ וועלט.

Image of Maxwell
מאַקסוועל

דאַן האָב איך געלערנט וועגן פאַראייניגונגען אין פיזיקס. דאָס איז ווען צוויי באַזונדערע געזעצן קומען זיך צוזאַם, וְהָיוּ לְבָשָׂר אֶחָד. פְּשַׁט איז, אַז בִּמְקוֹם ס’זאָל זיין צוויי באַזונדערע געזעצן וואָס ערקלערן באַזונדערע הִתְנַהַגוּתֶ’ער אין דער וועלט, ווערן יעצט די צוויי פאַרשידענע ערשיינונגען ערקלערט מיט איין, פָּשוּט’ן געזעץ. אָט איז אַ ביישפּיל:

במשך לאַנגע יאָרן האָט די מענטשהייט געוואוסט פון דער ערשיינונג פון מאַגנעטיזם – דאָס אַז מאַגנעטישע מאַטעריאַלן ציען צו זיך און שטופּן אַוועק פון זיך געוויסע זאכן. מ’קען באַשרייבן די געזעצן פון מאַגנעטיזם, צו פאַרשטיין און פאָראויסזאָגן וויאַזוי די מאַטעריאַלן וועלן זיך אויפפירן אין פאַרשידענע מַצָבִים.

אין די ת”ק יאָרן (אַכצנטן יאָר-הונדערט) האָט מען אָנגעהויבן אויסטרעפן וועגן וויאזוי צו ניצן די קראַפט פון עלעקטריע. שפעטער האָבן מענטשן אזויווי דער ענגלישער מייקל פאַראַדעי אַנטדעקט די חוּקִים פון דער נייער קראַפט, און זיי האָבן באַלד באַמערקט אַז דאָס האָט אַ גאָר נאָנטע שֵׁייכוּת מיט מאַגנעטיזם. ווי אימער ס’מאַכט זיך אַן עלעקטרישע קראַפט, טרעפט מען דאָרט אויך מאַגנעטישע ערשיינונגען. וואָס איז פְּשַׁט?

Image of Faraday
פאַראַדעי

איז געקומען דער סקאָטישער מאַקסוועל, אין די תר”כ יאָרן (די 1860s) און ער האָט אויפגעוויזן מאַטעמאַטיש אַז די צוויי קראַפטן – עלעקטריע און מאַגנעטיזם – זענען בְּאֶמֶת צוויי זייטן פון דער זעלבער קראַפט: וועלכע מיר רופן היינט ‘עלעקטראָמאַגנעטיזם’. מיט אַ פּאָר עלעגאַנטע גלייכונגען (עקוועישאָנס) האָט ער באַשריבן פינקטליך די געזעצן פון דעם קראַפט. דאָס איז אַ פאַראייניגונג – פון צוויי קראַפטן איז געוואָרן איינס.

אָבער מיט דעם ענדיגט זיך נישט אונזער מַעשֶׂה. פיזיקער האָבן גלייך באַמערקט אַז די עלעקטראָמאַגנעטישע קראַפט האָט אַ שנעלקייט וואָס איז אַ באַקאַנטע נומער – ס’איז דער זעלבער נומער ווי די געמאָסטענע שנעלקייט פון ליכט.

במשך פילע דוֹרוֹת האָבן זיך פיזיקער ארומגעקריגט איבער דעם מְהוּת פון ליכט, זֶה אוֹמֵר אַז דאָס איז אַ פּאַרטיקל (אַ טיילכל, אַ חֶלְקִיק) וְזֶה אוֹמֵר אַז דאָס איז אַ כוואַליע. יעצט איז אָבער קלאָר געוואָרן וואָס דאָס איז: ליכט איז טאַקע די כוואַליע וואָס טראָגט אויף זיך די עלעקטראָמאַגנעטישע קראַפט! ליכט האָט די זעלבע שנעלקייט ווי עלעקטראָמאַגנעטיזם, טאַקע דערפאַר וואָס הַיינוּ הַך! ליכט איז אַן עלעקטראָמאַגנעטישע כוואַליע.

אַ דריטע פאַראייניגונג! אַמאָל איז געווען מאַגנעטיזם, עלעקטריע, און ליכט. היינט איז דאָ עלעקטראָמאַגנעטיזם וואָס איז כּוֹלֵל אַלעס. שְׂפָתַיִים יִישַׁק. און אויף דער אַנטדעקונג האָט דער באַרימטער איינשטיין – אַ דייטשער איד – באַזירט זיין טעאָריע פון רעלאַטיוויטעט. אָבער דאָס וועלן מיר לאזן פאַר אַן אַנדערס מאָל.

Image of a Albert Einstein
אלבערט איינשטיין

דאָס אַז דריי באַזונדערע כֹּחוֹת הַטֶבַע קומען זיך צוזאַמען אין איינס, ווייזט אויפ’ן כֹּחִ פון די טעאָריעס זיך צו דערגרונטעווען צו אַ טיפן אֶמֶת פון די סוֹדוֹת הַבְּרִיאָה. אונזערע טעאָריעס וואָלטן געקענט אֶפְשֶׁר זיין פאַלש, אָדער א טָעוּת, אָבער דאָס אַז גאַנץ באַזונדערע ערשיינונגען זאָלן זיך צוזאַמקומען אַזוי שיין, און ערקלערט ווערן דורך איין קראַפט און איין טעאָריע, צייגט אויף אַ טיפערן אֶמֶת.

ערשט יאָרן שפעטער, שוין זייענדיג אין יוניווערסיטי, שטודירנדיג פיזיקס און פילאָזאָפיע, האָב איך געלערנט איבער דער פערטער פאַראייניגונג אין דער געשיכטע. אין די תר”צ (דרייסיגער) יאָרן האָבן פיזיקער אָנגעהויבן צו באַשרייבן אַ דריטע קראַפט: די “שוואַכע נוקלעאַרע קראַפט”. דאָס איז די קראַפט וואָס איז אַחְרָאִי אויף ראַדיאָ-אַקטיוויטעט, און איז די קראַפט אויף וואָס די אַטאָמישע באָמבע איז באַזירט. אין די תש”כ יארן (די זעכציגער יאָרן) האָבן פיזיקער, וּבֵינֵיהֶם דער אידישער סטיווען וויינבערג, פאַראייניגט די שוואַכע נוקלעאַרע קראַפט, מיט דער עלעקטראָמאַגנעטישער קראַפט, און זיי האָבן געוויזן אַז די ביידע קומען פון איין קראַפט, וועלכע ווערט גערופן די עלעקטראָ-שוואַכע (electroweak) קראַפט. אַלס אַנערקענונג פאַר דער אַנטדעקונג, האָבן זיי באַקומען דעם נאָבעל-פּרייז אין פיזיקס אין תשל”ט (1979).

Image of Weinberg
סטיווען וויינבערג

איך האָב אַ חָלוֹם. איך האָב אַ חָלוֹם אַז חַסִידִישֶׁע קינדער, חַסִידִישֶׁע אינגלעך, זאָלן אויך קענען עסן פון דעם עֵץ הַדַעת, און טרינקען פון דעם נַחַל נוֹבֵע חָכְמָה. די געשיכטע פון סייענס איז נאָך פּונקט אַזוי אינטערעסאַנט, פּונקט אַזוי שפּאַנענד ווי די אַוואַנטורעס פונעם פּראַגער גוֹלֶם, אָבער לֹא כָמוֹתָם איז עס נאָכדערצו אֶמֶת אויך.

דאָס ביסל סייענס וואָס אַ אינגל אין חֵדֶר לערנט שוין אֶפְשֶׁר יאָ, לערנט מען אים אויס אויף ענגליש, אַ שפּראַך וואָס איז נישט זיינס. מיט דעם זאָגט מען אים אַז וועלטליכע וויסנשאַפט איז נישט עפּעס וואָס געהערט צו אים. דאָס איז בְּאֶמֶת דעם גוֹי’ס, וואָס ער איז טוֹעֵם דערפון געבאָרגטערהייט, בְּשַעת הַדְחַק, כְּאִילוּ כְפָאוֹ שֵׁד. אָבער סייענס איז נישט עפּעס וואָס באַלאַנגט צום גוֹי. דאָס איז אַלוועלטליכע וויסנשאַפט וואָס באַשרייבט אונזער וועלט און אונזער פּלאַץ אין איר. איז פאַרוואָס זאָל מען נישט קענען עוֹסֵק זיין אין די דְבָרִים נִשְׂגָבִים אין אונזער היימישער, אידישער שפראַך?

הוּא מוֹתִיב לָהּ וְהוּא מְפַרֵק לָהּ. האָב איך הַקָטָן אָנגעגאַרטלט מיינע לענדן און אָנגעהויבן די עַבוֹדַת הַקוֹדֶשׁ פון אויסלערנען אידישע קינדער חָכְמָה. און ווען ס’קומט צו חָכְמוֹת הָעוֹלָם, זענען מיר אלע – קינדער און דערוואַקסענע צוגלייך – כְּתִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן. מיר, וואָס לֹא זָכִינוּ אַז מ’זאָל אונז אויסלערנען די אלע זאַכן אַלס קינדער, האָבן נאָך די פרישקייט און נייגעריגקייט און דורשט איינצוזאַפּן די וואונדערליכע יְדִיעוֹת.

ווען איך האָב פאַר צוויי יאָר צוריק מַכְרִיז געווען אַז איך שטעל צוזאַם אַ קורס אין פיזיקס אויף אידיש, האָב איך מיך נישט געראָכטן אויף אַזאַ ענטוזיאַסטישע אויפנאַמע. דער וואַרעמער אויפרוף פונעם עוֹלָם האָט מיר געגעבן אַ גאָר גרויסן חִיזוּק אָריינצולייגן מער צייט און כֹּחַ אין דעם פּראָיעקט. ס’איז פאַראַן ביים צִיבּוּר אַ גרויסע דורשט צו לערנען און פאַרשטיין מער סייענס, און צו אַנטוויקלען די שפּראַך אַז מ’זאָל קענען רעדן וועגן די עִנְיָינִים אין אידיש.

די ערשטע פּאָר ווידעאָס אינעם קורס זענען שוין פאַרעפנטליכט געוואָרן אויף יוטיוב אויף מיין טשענעל (Izzy Posen), ווי אויך קען מען אַראָפּלאָדענען די סליידס, זיי אַרויסצודריקן און ליינען – אֶפְשֶׁר איבער שַׁבָּת. מיט’ן חִיזוּק און שטיצע פונעם צִיבּוּר, וועל איך קענען מַמְשִׁיך זיין צו פראָדוצירן מער שִׁיעוּרִים אין דער סעריע און זיי פאַרעפנטליכן בְּחִינָם לְזִיכוּי הָרַבִּים.

איינס פון די קורס ווידעאס אויף יוטיוב

לאָמיר זיך אומקערן צו ניוטאָנ’ען. אונז האָ’מיר געזען וויאַזוי ניוטאָן האָט מַסְבִּיר געווען די הִתְנַהַגוּת פון גראַוויטי דאָ אויפ’ן כַּדוּר הָאָרֶץ מיט זיינע געזעצן פון באַוועגונג. מיט אַ הונדערט יאָר פריער האָט דער מאַטעמאַטיקער קעפּלער אַנטדעקט אַז דער מְהַלֶך פון די פּלאַנעטן אַרום דער זון פאָלגט נאָך דריי פינקטליכע געזעצן. ווי שנעל זיי דרייען זיך אַרום דער זון, ווי ווייט זיי דרייען זיך, דאָס איז גאָרנישט קיין מִקְרֶה. הַלֹא דָבָר הוּא!

זאָגט ניוטאָן אַזוי: גראַוויטי איז נישט עפעס אַ כֹּחַ וואָס הערשט נאָר אויפ’ן כַּדוּר הָאָרֶץ. פאַרקערט, דאָס איז אַן אַלוועלטליכער כֹּחִ: יעדער חֵפֶץ מיט מאַסע (שטאָף) ציט צו זיך יעדן אַנדערן חֵפֶץ מיט מאַסע. און ניוטאָן האָט מאַטעמאַטיש באַשריבן דעם געזעץ. וְהִנֵה, און אָט, דער געזעץ צוזאַמען מיט די געזעצן פון באַוועגונג, זענען פּינקטליך מַסְבִּיר פאַרוואָס דער מְהַלֶך פון די פּלאַנעטן פאָלגט נאָך קעפּלער’ס געזעצן. די פּלאַנעטן ווערן צוגעצויגן צו דער מאַסע פון דער זון, און דער געזעץ פון אַלוועלטליכע גראַוויטאַציע זאָגט אַז ווען זיי ווערן אַזוי צוגעצויגן וועלן זיי זיך אויפפירן פּונקט אַזוי ווי קעפּלער האָט אויסגעפונען מיט א פּאָר דוֹרוֹת פריער.

נאָך אַ פאַראייניגונג! מיר האָבן אָנגעהויבן מיט אַן אַנטדעקונג פון גאַלילעאָ וועגן חַפֵצִים וואָס ווערן צוגעצויגן צו דער ערד. דאָס האָט ניוטאָן מַסְבִּיר געווען מיט זיינע געזעצן פון באַוועגונג. די צוויי טעאָריעס – באַוועגונג און גראַוויטאַציע – זענען דערנאָך צוזאַמגעקומען אין אַן אַלוועלטליכן געזעץ פון גראַוויטאַציע, וואָס איז מַסְבִּיר סיי דאָס וואָס גייט פאָר דאָ בָּעוֹלָם הַתַּחְתּוֹן, און סיי דאָס וואָס גייט פאָר מיט די צְבָאוֹת הַשָׁמַיִם. נִיכָּרִים דִבְרֵי אֶמֶת!

זאָל מען זוֹכֶה זיין אַז ס’זאָל מְקוּיָם ווערן “וּמָלְאָה הָאָרֶץ דֵעָה … כַּמַיִם לַיָם מְכַסִים!”